ישראל שאסייען
דער אויפבוי פון די שאסייען אין ישראל, האט זיך אנגעהויבן אין די 1920ער יארן, דורך דער מאנדאטארישער רעגירונג. דער בריטישער מאנדאט האט אויפגעשטעלט דעם ביורא פאר אויפשטעלן אינפראסטרוקטור אין לאנד, וואס נאכן אויפשטעלן די מדינה האט עס ווייטער אנגעהאלטן, אין פארשידענע מיניסטעריומס, ביז עס איז אויפגעלעזט געווארן אין 2003, און א נייער ביורא מיטן נאמען „די נאציאנאלע געזעלשאפט פאר וועגן אין ישראל", וואס זיי געבן זיך אפ מיט פארבעסערן די שאסייען, און אויפשטעלן נייע ביז היינט.
נאציאנאלע געזעלשאפט פאר וועגן אין ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ארבעט פון דער נאציאנאלער געזעלשאפט פאר וועגן אין ישראל איז פלאנעווען און אויפשטעלן שאסייען וואו מען ברויך, אויפהאלטן די אלטע און פארבעסערן. די שאסייען וואס געפונען זיך אין איר פאראנטווארטליכקייט, איז לאנג אומגעפער 6,500 קילאמעטער, עס רעכנט אריין אריינפיר וועגן און ארויספיר וועגן, אדער קרייצוועג אפווענדונגען, צו די פארנומענע שאסייען.
דער הויפט פון דער געזעלשאפט איז עמירם לעווין.
אויך זענען אויפגעבויט געווארן עטליכע פריוואטע שאסייען, ווי שאסיי 6, און דער נייער שאסיי וואס פירט פון ראשון לציון קיין מודיעין.
נומערירן די שאסייען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ישראל זענען דא פיר סארטן שאסייען, נאציאנאלע (לאנד) שאסייען, צווישנשטעט שאסייען, געגנטלעכע שאסייען און לאקאלע גאסן:
לאנד שאסייען - מיט אן איינצעלער ציפער (למשל, שאסיי 1, תל אביב - ירושלים - יריחו)
צווישנשטעט שאסייען - נומערירט מיט צוויי ציפערן (למשל שאסיי 10 (ישראל) - רוטע 10). טייל זענען שנעלשאסייען.
געגנטלעכע שאסייען - נומערירט מיט דריי ציפערן (למשל רוטע 443, לוד - מודיעין - ירושלים)
לאקאלע שאסייען - נומערירט מיט פיר ציפערן (למשל רוטע 8900, צפת - ראש פינה)
אפטמאל שאסייען מיט גראדע נומערן גייען פון דרום אויף צפון (למשל שאסיי 2, תל אביב - חיפה), און נומיקע שאסייען גייען פון מזרח אויף מערב (למשל שאסיי 5, ים הגדול בארטן אויף שומרון).
ישראל איז א לאנד וואס איז שמאל און לאנג, דערפאר האט זי ווייניגער שאסייען, וואס פארן פון צפון אויף דרום, ווי פון מזרח אויף מערב.
ווי נידריגער די נומערן זענען די שאסייען נענטער צום ים אדער נענטער צו דרום.
ביי די גראדע נומערן, פארט שאסיי נומער 2 נאנט צום ים, וואס דערפאר רופט מען אים טאקע בארטן שאסיי. שאסיי נומער 20, אדער נתיבי איילון, איז ווי א באדינונגס שאסיי פארן כביש החוף. דערנאך שאסיי נומער 4 אא"וו, ביז שאסיי נומער 90, וואס געפונט זיך אינעם טאל ביים גרעניץ מיט יארדאניע, וואס דאס איז די העכסטע נומער פון די שאסייען פון דרום אויף צפון.
אזוי אויך זענען שאסייען 12 און 13 אין דרום ישראל, אבער שאסייען 98 און 99 קומען צוזאמען לעבן הר חרמון גאנץ צפון־מזרח אין לאנד.
לויטן רעכענען אין ישראל באדארף נידעריקע נומערן געהערן צו שאסייען אין דרום, און העכערע נומערן אין צפון, ווי 1 אדער 3 אדער 5, אבער תכלית געפונען זיך אלע דערמאנטע שאסייען אין צענטער, צו געבן א נידעריקע נומער פאר צענטראלע שאסייען, און א גרויסער טייל פון שאסיי 1 איז צפון פון שאסיי 3.
די וויכטיגע שאסייען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישראל האט זעקס וויכטיגע שאסייען, וואס פארן פון דרום אויף צפון. שאסיי נומער 2, פון חיפה קיין תל אביב. שאסיי נומער 4, פון ראש הנקרה ביזן עזה שטרייף. שאסיי 6. שאסיי 40 פון רעננה ביז באר שבע. שאסיי נומער 90 פון אילת ביזן גרענעץ פון לבנון. און שאסיי נומער 65, וואס פארבינדעט דעם גליל, צו חדרה.
דער סימן פונעם שאסיי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויב דער שאסיי איז א לאנד שאסיי, וועלן די שילדן אויפן שאסיי זיין רויט. אויב איז עס שנעלשאסיי (אויטאסטראד), וועט עס זיין אין בלוי. א געגנטליכער שאסיי וועט זיין גרין, אבער אויב איז דער געגנטליכע שאסיי אנערקענט אלס א שנעלשאסיי וועט זיין אין בלוי. און א לאקאלע שאסיי זענען די שילדן ברוין.
די ווייטקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף די זייטן זענען דא קליינע שילדן, וואס צייכענען די ווייטקייט, פונעם אנהייב פונעם שאסיי, אויף קילאמעטער, מיט א פייל אויף ארויף אויב פארט מען מיט דער ריכטונג צו דער ענדע, און א פייל אויף אראפ אויב פארט מען צו דער ריכטונג פונעם אנהייב.
פארקער געזעצן אין ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אפילו דער מאנדאט, האט אנגעפאנגען מיטן בויען, די וועגן אין ישראל, איז די ריכטונג, ווי אין אמעריקע אדער רוב אייראפע, אויף דער רעכטער זייט פון דער גאס, דאס איז וויבאלד ביי די טערקישע צייטן, איז מען שוין אזוי געפארן. און די בריטישע, האבן לויט די מאנדאטארישע געזעצן, עס נישט געטוישט. די באן פארט אבער אין ישראל אויף דער לינקער זייט.
דאס שנעלקייט וואס מען מעג פארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער וועלט איז אנגענומען אז ישראלער פארן גיך, אבער דער קילאמעטער א שעה, אויפן ישראלדיקן שאסיי, איז נישט אזוי הויך. אויף כביש שש און אויף טיילן פון שאסיי 1 איז עס 110 קילאמעטער א שעה, אין מייל איז עס צווישן 65 און זיבעציג מייל, און עס איז דער איינציגסטער שאסיי, ווי מען מעג פארן אזוי גיך, אויף אנדערע שנעלע שאסייען, איז עס אדער 90 אדער הונדערט קמ"ש, וואס אין מייל איז עס צווישן 56 און 62 מפ"ש.
שנעל שאסייען אין ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישראל האט ניין שנעל שאסייען:
- שאסיי 1 יריחו-ירושלים-תל אביב שאסיי
- חיפה תל אביב שאסיי נומער 2
- שאסיי 4, פון ראש הנקרה דורכגאנג צו לבנון, ביז עזה
- אריאל תל אביב שאסיי דער שאסיי וואס פארט דורך דעם שומרון, נומער 5
- שאסיי וואס פארט אריבער ישראל, כביש שש, נומער 6, דער ערשטער שאסיי אין ישראל ווי מען צאלט וועגנגעלט
- גדרה שאסיי נומער 7
- איילון שטראז נומער 20
- איינגאס שאסיי אין חיפה, נומער 22
- מודיעין ראשון לציון שאסיי, נומער 431
ישראל שאסיי פלענער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישראל האט אויפגעשטעלט א גאנצע פלאן, ווי אויפצושטעלן מערערע שאסייען, צו לינדערן דעם שווערן פארקער, אינעם גוש דן געגנט, און אינעם חיפה געגנט, וואס דאס רעכנט אריין פארלענגערן אלטע וועגן און אויפבויען נייע, אדער פארברייטערן שאסייען פון צוויי קעגנזייטיגע ליניעס, צו א פיר ליניעס צוטיילטע שאסיי אדער מער, אויפבויען נייע קרייצוועג אפווענדונגען אנשטאט שיידוועגן מיט ליכטס טראפיק אנאליזאטאר.