יריחו

פֿון װיקיפּעדיע
יריחו
أريحا
https://www.jericho-city.ps/ אפיציעלע וועבזייטל
מגדל יריחו
יריחו 2012
יריחו עיר התמרים

יריחו, איז אן אוראלטע שטאט, וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל, היינט אין מערב ברעג, און איז קאנטראלירט דורך די פאלעסטינע אויטאנאמיע. די שטאט געפונט זיך אין עמק הירדן, צען קילאמעטער צפון, פון טויטע ים, און די הויכקייט שטייט ביי 250 מעטער אונטערן ים פלאך, וואס מאכט די שטאט אלס נידריקסטע שטאט אין די וועלט.

די היסטאריע פון שטאט איז גאר אן אלטער, לויט די יידישע היסטאריע, ווען די יידן זענען אנגעקומען קיין ארץ כנען, איז יריחו געווען די ערשטע שטאט, וואס יהושע בן נון האט איינגענומען. די ארכעאלאגיע, איז געווען פארנומען יארן, מיט טרעפן און אויספארשן אלטע ארטיקלען אויפגעגראבן אין יריחו.

אין תנ"ך שטייט, אז יהושע האט באשוווירען די יידן, נישט איבערצובויען די שטאט. אין ספר מלכים ווערט דערמאנט ווי חיאל בית האלי, האט אנגעפאנגען איבערבויען די שטאט, אין די צייטן פון אחאב, און ער האט מיאוס אפגעשניטן.

די שטאט איז א נאמען נאך די כנענים, וואס האבן געדינט די לבנה (ירח).

נאכן מלחמת השחרור, האט אבדאללא קעניג פון יארדאניע, אנעקסירט די מערב ברעג, צו זיין לאנד יארדאניע, וואס האט אנגעהאלטן ביז די זעקסטאגיקע מלחמה, ווי צה"ל האט איינגענומען די שטאט.

נאך די אסלא אפמאך, איז יריחו געווען די ערשטע געגנט אריבערצוגיין צו פולע פאלעסטינער קאנטראל, וואס האלט אן ביז היינט, אפילו ביי דער צווייטער אינטיפאדע, האט ישראל געשיקט אירע זעלנער צו פארנעמען שטעט, וואס האבן פאראורזאכט טעראר אטאקעס, און שווערע אומרוען, איז יריחו נישט געטשעפעט געווארן כמעט, און די שטילקייט איז נישט איבערגעריסן געווארן.

די אלטע בית הכנסת אין יריחו, "שלום על ישראל" פון דער 6טער י"ה, איז פארברענט געווארן דורך פאלעסטינע מיליטאנטן דורכאויס די אינטיפאדע.

א קאזינא וואס איז געווען אין שטאט, האט אויפגעהערט פונקציאנירן דורכאויס די אינטיפאדע, און עטליכע מאל זענען פארגעקומען שיסערייען פון די געביידע.

לויט דער סטאטיסטיק אפטיילונג פון די פאלעסטינע אויטאנאמישע רעגירונג, וווינען אין יריחו ריכטיק פאר 2003, 19,4000 איינוווינער, און אין באצירק נאך צוואנציק טויזענט איינוווינער. די באפעלקערונג אין די געגנט איז די נידריקסטע, פון אלע אנדערע שטעט ווי שכם, ראמאללא, חברון, און די אנדערע.

קאארדינאטן: 31°51′19.60″N 35°27′43.85″E / 31.8554444°N 35.4621806°E / 31.8554444; 35.4621806