לדלג לתוכן

חנוך ערנטרוי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חנוך הכהן ערנטרוי)
חנוך ערנטרוי
קיין פריי בילד
געבורט דעצעמבער 1932
פראנקפורט, וויימארער רעפובליק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 נאוועמבער 2022 (אלט 89)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ישיבת בית יוסף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג חרדים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב הדיין חנוך הכהן ערנטרוי (ענגליש: Chanoch Ehrentreu; כ״ח כסלו תרצ"ג – ל׳ מרחשון תשפ"ג) איז געווען א בריטישער רבדיין און מוהל וואס האט געשטאמט פון דייטשלאנד. יארן לאנג איז ער געשטאנען ביים שפיץ פונעם לאנדאנער בית דין, ביז ער האט זיך פענסיאנירט אין 2007. שפעטער איז ער געווען דער ראב"ד פונעם אייראפעאישן בית דין פון דער קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים, וואו ער איז פאראנטווארטלעכט פאר ענינים פון גירות.

ער איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט צו הרב ישראל ערנטרוי (נפטר תשכ״ה), ראש ישיבה פון דער "עדת ישראל" ישיבה פון הרב שלמה זלמן ברויער אין פראנקפורט, און שפעטער רב פון דער שטאט טשעשאם, ענגלאנד, און צו זיין ווייב בלומא. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן, הרב חנוך ערנטרוי, רב פון מינכן. ווען די צווייטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן איז זיין משפחה געקומען צום פאראייניגטן קעניגרייך. ער האט געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה, און דערנאך אין דער סונדערלאנדער ישיבה. ער האט געהייראט רחל שטערנבוך, שוועסטער פון די רבנים אליהו און משה שטרנבוך. איר שוועסטער יהודית איז די ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק. נאך דער חתונה האט ער געלערנט זיבן יאר אין דער גייטסהעדער כולל.

אין תש״ך האט ער געגרינדעט דעם כולל אין סונדערלאנד, וואו ער האט געוואוינט קרוב צו צוואנציק יאר. אין די סוף 1970ער יארן האט מען אים באשטימט אב בית דין אין מאנטשעסטער אלס ממלא מקום פון הרב יצחק יעקב ווייס וואס איז דאן ארויף קיין ישראל צו ווערן ראב"ד פון דער עדה החרדית. הרב ערנטרוי האט נאך נישט געהאט קיין דערפארונג אין דיינות, און איז פריער געפארן אין ישראל וואו ער האט משתתף געווען ביי פארשידענע  בתי דינים, און אויך האט באקומען שימוש ביי הרב יוסף שלום אלישיב און הרב שלמה זלמן אויערבך. אין דעם מאנטשעסטער בית דין האט ער געדינט זעקס יאר, פון תשל״ט ביז תשמ״ד.

אין 1984 האט די פאראייניגטע קהילה אים באשטימט צו ווערן דער הויפט (ראש בית דין) פון דעם לאנדאנער בית דין. ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז 2006, ווען ער האט זיך פענסיאנירט. דערנאך איז ער געווארן דער ראב"ד פונעם אייראפעאישן בית דין פון דער קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים, וואו ער איז פאראנטווארטלעכט פאר ענינים פון גירות.

ער האט געליטן פון א בלוטשטורץ אין יאר (); מרחשון תשפ"ג איז ער ווידעראמאל אינעם רויאל פֿרי שפיטאל, לאנדאן, וואו ער איז נפטר געווארן ערשטן טאג ר״ח כסלו.