קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים איז דער פרעמיער רבנישער אליאנץ אין אייראפע. זי איז געגרינדעט אין תשט"ז דורך דעם בריטישן הויפט רב ישראל בראדי. דער היינטיקער דירעקטאר איז אבא דונער, דער עלצטער זון פון הרב יוסף הירש דונער. אלע הויפט רבנים אין אייראפע האבן אטייל גענומען אין דער ארגאניזאציע, און זענען געווען אנוועזענד ביי דער ערשטער קאנפערענץ, אין אמסטערדאם.

די קאנפערענץ ווערט געפירט דורך א קאמיטעט פון 25 מיטגלידער וואס קומען צוזאמען צוויי מאל א יאר. איין מאל אין יעדע צוויי יאר קומט פאר א קאנווענץ פון דער גאנצער ארגאניזאציע צו וועמען מ'רופט אלע הויפט רבנים און קהילה רבנים פון גאנץ אייראפע.

די קאנפערענץ האט א ספעציעלע אפטיילונג וואס באהאנדלט בויען מקוואות.

דער היינטיקער פרעזידענט איז דער הויפט רב פון פראנקרייך, הרב יוסף סיטרוק. צווישן די חשובע פונקציאנארן איז הרב פינחס גאלדשמיט, דער מאסקווער רב.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]