זונדל בערמאן
זונדל בערמאן (ער שרייבט זיך ברמן) איז א דרוקער און ארויסגעבער פון פילע וויכטיגע ספרי קודש שוין צענדליגער יאהרן, אנגעבליך האט ער שוין פארשפרייט ספרים אין די תש"כ יאהרן.
ער האט במשך די יאהרן ארויסגעגעבן פילע מסכתות, איינצעלנע און גאנצע משניות, רמב"ם'ס און ש"ס'ן, ווי אויך אנדערע סעט'ס ווי שיטה מקובצת און נאך.
ער האט אנגעהויבן מיט בלויז קאפיעס פון אלטע ספרים, און דערנאך איז אריבער צו גענצליך איבערדרוקן די ספרים פונדאסניי. היינט האט ער שוין פילע ספרים אונטער זיך, סעט'ס און איינצעלנע, אויף לשון הקודש און אויף ענגליש.
ער פארמאגט שוין היינט זיבן פיזישע געשעפטן לאקאציעס אין ניו יארק און ניו דזשערזי און א גרויסע געשעפט אנליין.
ער האט געוואוינט אין ברוקלין און היינט איז ער לאקירט אין לעיקוואוד.
ב B
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א שטיק איז ער געווען א שותף מיט איינעם ב. ברוכמאן און דאן האט ער ארויסגעגעבן ספרים אונטערן סימבאל פון ב B.