ויואל משה
ויואל משה איז א ספר געשריבן געווארן בכתב יד פונעם סאטמארער רב רבי יואל טייטלבוים, וואו ער איז מבאר שיטתו פארוואס אידן זענן פארבאטן געווארן צו האבן אן אייגן יידישע דעמאקראטישע לאנד מיט אן אייגענער מיליטער פאר ביאת המשיח. דאס ספר איז אנגעטיילט אין דריי חלקים מאמר שלש שבועות, מאמר ישוב ארץ ישראל, מאמר לשון קודש. דער מאמר לשון קודש איז א תשובה וואס דער סאטמארער רב האט געשריבן צו הרב פינחס הירשפרונג קעגן דער מאדערנער העברעאישער שפראך.
ווען דאס ספר איז ארויס געקומען האט זיך ווי פארשטענדליך געמאכט אן איבערקערעניש אין אלע שיכטן און קרייזן, טייל האבן עס פארברענט, און טייל גאר ווי דער בריסקער רב האט געזאגט אס עס איז א פינפטע שלחן ערוך. אין סאטמאר בפרט איז דאס ספר די איינציגסטע וואס איז גרינטליך מבאר די עבירה פון ציונות געבויט אויף פריעריגע מקורות.
די ענין פון ציונות איז היבש אינטערעסאנט ווי ווייט דער סאטמערער רב איז געגאנגען, וואס כידוע האט ער נישט געדילט פאלשע איבערגעטריבענע מערכות. ער פלעגט אלץ זאגן אז די איבערגעטריבענע מערכות טוט גאר פארשעמען די אמתדיגע קנאים.
נאך דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים האט די בעלזער צייטונג המחנה חרדי געהאט א וועכענטליכן קאלום וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיטן אפ-פרעגן דעם ויואל משה, די סאטמארע חסידים האבן נישט געענטפערט, דער איד האט זיך איינמאל באצויגן צו דעם מיט זלזול "אל תען כסיל" און "אין משיבין את הארי לאחר המיתה".
דרוקסאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז צוערשט ערשינען אין יאהר תש"כ, קודם בלויז די ערשטע מאמר דורך הוצאת ספרים ירושלים פון רבי יוסף אשכנזי.
במשך די קומענדיגע צוויי יאהר איז עס איבערגעדרוקט געווארן נאך דריי מאל, ווען צום לעצט איז עס שוין געווען א דיקער באנד מיט אלע דריי מאמרים.
די פינפטע מאל איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין יאהר תשכ"ב אין טויזנט עקזעמפלארן אין ירושלים דורך רבי יודא לייב ווייס, בהוצאת רבי בן ציון יאקאבאוויטש.
מען האט עס געמוזט דרוקן אין געהיים, וויבאלד עס איז נישט ערלויבט געווארן צו דרוקן אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט מען עס נישט געהעריג אריינגעלאזט דורך די פאסט פון אמעריקע צוליב א געזעצליכער פארבאט.
אין תשס"ד איז ארויסגעקומען א פרישע איבערגעארבעטע דרוק אין ברוקלין.
עס אנטהאלט בסך הכל פינעף-הונדערט און צעהן זייטן. די מפתחות איז געמאכט געווארן דורך רבי סענדער דייטש.
ילקוט אמרים ויואל משה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז א תמצית פונעם ערשטן מאמר שלש שבועות, ארויסגענומען די טיפע פלפולים כדי מען זאל עס גרינגער קענען לערנען.
עס איז צוערשט געדרוקט געווארן זומער תשס"ב ביי כפתור ופרח אין ברוקלין, און זינט דאן איז עס איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל אין טויזנטער עקזעמפלארן.
עס אנטהאלט צוויי-הונדערט פיער-און-דרייסיג זייטן, מיט די מפתחות.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בי"ד פון די עדה החרדית
- רבי משה טייטלבוים
- הרב שמואל וואזנער