וועלוול גאלדשטיין

פֿון װיקיפּעדיע

וועלוול גאלדשטיין איז א חרדישער אקטיאר און בדחן, וועלכער רופט זיך מיטן נאמען דער כאצאצקער רבי.

ר' וועלוועל איז א סאטמארער און תולדות אהרן חסיד און וואוינט אין קרית יואל. ער איז שוין געווען אויפן טיש פון רוב גרויסע אדמורי"ם אין ניו יארק משמח צו זיין בעת שמחה אדער אין די ימי הפורים. ער איז אויך געווען עטליכע יאר דער פורים רב אין קהילות סאטמאר ביים ברך משה, סאטמאר מהרי"י און תולדות צבי ספינקא.

שוין לאנגע יארן, וואס וועלוול שפענדט כוחות פארן בלי פון די מוסדות בית לפליטות אין ארץ ישראל, און מיט זיין כח השמחה, האט ער שוין דערפרייעט אן א שיעור נשמה'לעך איבער דער וועלט.

ער איז א זון פון רבי יוסף צבי גאלדשטיין, א ברודער מיט הרב הלל גאלדשטיין דער באקאנטער מדפיס פון די ספרים קדושים און מוכר ספרים.

אקטיאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • יוסף שפיל תשמ"ב


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]