לדלג לתוכן

הירשע דוד קאץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הירשע דוד כץ)
הירשע דוד קאץ
געבורט 9 מאי 1956 (אלט 68)
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט אוניווערסיטעט פון לאנדאן
קאלומביע אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.dovidkatz.net
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הירשע-דוד כ"ץ (געב' 1956) איז א דיכטער, דענקער, שריפטשטעלער און פארשער, וועמענס ארטיקלען איבער דער אידישער שפראך דערשיינען וועכנטליך אין דער אלגעמיינער זשורנאל. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט ער זיך דרוקן אויסשליסליך אין דעם יידישן פארווערטס.

ער לעבט און שאפט אין דער אידישער ווילנע, און פארט כסדר ארום איבער מזרח אייראפע פון אמאל צו פאראייביגן איר זכרון דורך אינטערוויואירן שארית-הפליטה איבערלעבער פון דעם חורבן אייראפע. זיינע ארטיקלען זענען פול מיט אידישע געפילן פאר אהבת ישראל, און אחריות צו לערנען מיט די נייע דורות וואס מיר האבן אמאל פארמאגט[פֿעלט אַ מקור].

ער איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק, און על אף וואס ער איז א אידישיסטישער פראפעסער איז ער אנדערשט ווי די אנדערע אידישיסטן פון די ייוו"א קולטור, ווייל ער האט ארויסגעגעבן א בוך וואו ער שרייבט אז די ייוו"א ארטאגראפיע איז נישט די איינציקסטע אויסגעהאלטענע ארטאגראפיע. [1] (ארכיווירט 17.10.2007 ביי דער Wayback Machine).