קאלומביע אוניווערסיטעט
קאלומביע אוניווערסיטעט איז א פריוואטע אוניווערסיטעט אין די פאראייניגטע שטאטן וואס געהערט צו דער פליושטש ליגע. דער הויפט קאמפוס געפֿינט זיך אין מאנהעטן, ניו יארק סיטי. די אוניווערסיטעט איז געגרינדעט אלס קינגס קאלעגיע אין 1754. קאלומביע'ס שולע פון זשורנאליסטיק איז געגרינדעט דורך זשאסעף פוליצער, און באלוינט דעם פוליצער פריז.
87 געווינערס פונעם נאבעל פריז האבן געהאט א שייכות מיט קאלומביע, מער ווי נארוואס אן אנדער אינסטיטוציע.
געוועזענע פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן טעאדער רוזעוועלט און פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט האבן געלערנט אין דער געזעצן־שולע. אנדערע פאליטישע פֿיגורן וואס זענען געבילדעט געווארן ביי קאלומביע שליסן איין געוועזענער פֿ״ש פרעזידענט באראק אבאמא,[1] רות בעדער גינזבורג, ריכטער אין דעם פֿ״ש העכסטן געריכט,[2] געוועזענע פֿ״ש שטאַטס־סעקרעטאר מעדעלין אלברייט,[3] געוועזענער פֿארזיצער פון דער פֿ״ש פעדעראלער רעזערוו באנק אלאן גרינשפאן,[4] UU.S. [5] דווייט ד אייזנהויער האט געדינט ווי דער 13טער פרעזידענט פונעם אוניווערסיטעט פון 1948 ביז 1953.[6] אויך האבן געלערנט אינעם אוניווערסיטעט 26 פרעמדע ראש מלוכות, כולל פרעזידענט פון גרויזיע מיכאיל סאקאשווילי, פרעזידענט פון מזרח טימאר חאזע ראַמאס הארטאַ און פרעזידענט פון עסטלאנד טומאס הענדריק אילוועס.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאמפוס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Columbia News Announcement. Columbia.edu.
- ↑ Tribute: The Legacy of Ruth Bader Ginsburg and WRP Staff. American Civil Liberties Union (March 7, 2006).
- ↑ Albright, Madeleine (2003). Madam Secretary: A Memoir. Miramax, 71. ISBN 978-0-7868-6843-8.
- ↑ Martin, Justin (October 15, 2009). Greenspan: The Man behind Money. Cambridge, Massachusetts: Basic Books, 27–31. ISBN 978-0-7382-0275-4.
- ↑ Tucker-Hamilton, Racine (December 17, 2004). "Interview with Eric H. Holder, Jr." (Interview), Oral history project, The History Makers. דערגרייכט דעם November 9, 2020. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם December 21, 2008.
- ↑ Columbia 250: Dwight Eisenhower. Columbia University.