לדלג לתוכן

רעדן:הירשע דוד קאץ

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

די פאליסי דארף זיין קלאר: אין אונזער יעצטיגן מצב באלאנגט נישט דא קיין ארטיקלעך וועלכע ערשיינען נישט אין קיין שום אנדערע וויקיפעדיע. איבערהויפט איבער פערזענליכקייטן. סיידן אויב יעדער איז צופרידן מיטן ארטיקל--למדן 12:57, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ערעב איד דו האסט געבלאנזשעט דא איז נישט דער אידישער וועלט. דא מעג מען באשריבן זאכן מענשטן באגריפן און סיי וואס באלאנגט אין אן אציקלאפעדיע.--יודל 12:59, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דער בילד פונעם ארטיקל דארף אויך אפגעמעקט ווערן, פון וואו האסטו גענומען דעם בילד?--למדן 13:01, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אבער יודל אזא שולד אז אלע יידישסטן האסן אים מוז האבן א מקור. מען קען נישט סתם שרייבן אינפא אָן מקורות. און אויך די בילד דארפסטו ברענגען דעם מקור. ►רוני◄ 13:02, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב געבעטן רשות פון די ווילנער אינסטועטוט בשעתו דאס צו פארשפרייטן. און זיי האבן מיר נישט גענטפערט קענסט עס אפמעקן דערווייל אויב דו ווילסט. אויך מקורות ביטע אנצייגן אויף וואס דו דארפסט א מקור איך גיי אין איין סעקענד דיך קענען צופרידענשטעלן מיט מיין גוגל סוירטש ענזשין. אנדערשט ווי ביי סאטמאר אישוס קען מען דאס זייער גרינג יא אנצייגן. ביטע רעדן קלאר וואס דו דארפסט.--יודל 13:04, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

דער ארטיקל איז געבלאקט מיט אביוז

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב געטוישט און אראפגענומען די ווארט אז זיי האסן אים און דערנאך איז רוני געגאנגען אין דאס געבלאקט מיטן תירוץ אז מיר האבן נישט קיין פרואוו אז די אידישיסטן האסן אים, איי מען האט דאך דאס שוין געמעקט אבער פארשטייט זיך דאס איז בלויז א פאלשטן תירוץ געווען. און אויסגעמעקט שוין איינוועגס אנדערע וויכטיגע אינפארמאציע וואס אים האט סייווי געשטערט.--יודל 14:17, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אזוי טוט מען פאר איינעם וואס קומט זיך נישט א דורך, לערן דיך אויס זיך אדורך צו קומען וועסטו האבן חברים וואס זאלן זיך אנעמען פאר דיר--טעכניקער 14:28, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
גענטפערט האסטו נישט. ער האט אראפגענומען זאכן וואס האבן נישט מיט דעם וואס איז געווען די סיבה פון פארשפארן. דאס איז א סיסאפ וואס אביוזד זיין כוח, און ביטע לאזט אים אליין ענטפערן.--יודל 14:31, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
יודל, ברענג א מקור אז ער שרייט אז די ייוו"א שפראך איז טויט און איך לייג עס צוריק. ►רוני◄ 14:32, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דארפסט נישט צוריק לייגן דאס אז עס איז טויט עס איז באקאנט אז ער האלט אז עס האט נישט קיין פשט צו לערנען א שפראך וואס איז פון אמאל מיט די סטודענטן אין די קאלגזשעס אויב מען איגנארירט די היינטיגע באנוצער פארוואס זיי טוישן און פארוואס זיי מאדערנעזירן זיך. און ער פאדערט דעריבער אויף שטענדיג צו לערנען די חסידים און זייער מהלך אין שפראך. דו קענסט זאגן אז איך האב נישט קיין קלארער מקור צום דעם אז עס איז נאך די גסיסה צו פאר די גסיסה אבער טאמער ביסטו מיר מודה אז ער האלט אז אידיש פון ייוו"א איז היסטאריע. דאן קענסטו דאס נישט מעקן.--יודל 14:38, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אויך דאס דארף א מקור. ►רוני◄ 14:40, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דאן עפען אויף און איך וועל שטעלן א מקור פארשפאר נישט איידער דו זאגסט קלאר אז דו ברויכסט א מקור. ווייל דאס איז נישט די וועג וויאזוי מען רעדט זיך דורך דורך פארשפארן.--יודל 14:41, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
שרייב עס דא ►רוני◄ 14:44, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
לאמיך דאס שרייבן אנדערשט אביסל ווייל דער מקור וואס איך האב איצט געטראפן איז נישט דווקא אויף קאלעזשעס נאר אויף כללית אידיש [1] ביטע עפען אויף די ארטיקל און איך וועל פארעכטן זיינע שיטות וואס עס איז אייגענארטיק פון די אנדערע אידיסישטען מען קען נישט פארשפארן איידער מען רעדט זיך דורך.--יודל 14:45, 19 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

דאס קעפל דארף זיין הירשע דוד כ"ץ. --פוילישער 15:02, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

איך מיין מען זאל דאס נישט מאכן אזוי ווייל אז מען מאכט א פאליסי אן נקודות קענען מיר נישט מאכן קיין אויסנאמען די נקודה יא די נקודה נישט יעדער איינער וואס וועט זוכן לויט דיר וועט אנקומען אהער.--יודל 15:07, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ווער שרייבט כץ? אלע שרייבן כ"ץ. נאך א זאך: גענזע-פיסעלעך הייסן נישט נקודות --פוילישער 21:58, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]