לדלג לתוכן

גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017

פֿון װיקיפּעדיע
די ליקוי חמה אין ברוקלין, ניו יארק
גאנג פון דער ליקוי

די גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017 (כ״ט אב תשע״ז) איז א גאנצע ליקוי חמה ווען די זון איז געווען אינגאנצן באדעקט במשך 2:41 מינוט. דאס איז די 22סטע ליקוי פון סה"כ 77 אין דער 145סטער סאראס סעריע. די ליקוי איז געווען זעבאר בעיקר אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.

די גאנצע ליקוי איז געווען זעבאר אין א שמאלן קארידאר פון ארעגאן אין מערב ביז דרום קאראליינע אין מזרח.

די גאנצע ליקוי האט אנגעהויבן 16:48:32 (לויט UTC) און האט געענדיגט 20:01:35 UTC. די שפיץ לענגסטע ליקוי (2:41 מינוט) האט פאסירט 18:26:40.

דאס איז די ערשטע ליקוי חמה וואס איז געווען גאנץ נאר אין די פאראייניגטע שטאטן זייט דער גרינדונג פונעם לאנד אין 1776.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017