בית נאמן בישראל
בית נאמן בישראל זענען די הלכה ספרים אויף די יודישע שפראך געשריבן דורך רבי יואל צבי מאשקאוויטש טאהשער דיין.
הלכות סעודות שבת
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף דעם האט ער ארויסגעגעבן פיער באזונדערע בענדער, א עקסטרע באנד מיט הלכות און מנהגים וואס זענען שייך ביי אלע דריי סעודות פון שבת און מלוה מלכה מוצאי שבת.
די ערשטע באנד איז ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בי"ד עדה החרדית
- רבי שמואל וואזנער
הלכות נדה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע אויסגאבע איז ערשיינען אום תשנ"ו ווען ער איז נאך געווען א כולל יונגערמאן און חשון תשס"ה האט ער שוין געהאלטן ביי די זיבעטע אויסגאבע.
עס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: קיצור הלכות נדה און די צווייטע טייל איז מער באריכות.
די ערשטע חלק אנטהאלט פינעף פרקים און די צווייטע צעהן בתים.
דער ספר איז דירעקט געשריבן אין א קורצן לשון, כדי מען זאל קענען דערין כסדר איבער'חזר'ן די הלכות און וויסן וואס צו פרעגן. ער האלט זיך כמעט אפ פון פסק'ענען הלכה למעשה, נאר שרייבט אז מ'זאל פרעגן א שאלה.
עס איז ספעציעל געדרוקט אין א קליינעם פארמאט, אז מ'זאל עס קענען באהאלטן פון די קינדער - וואו עס פירט זיך ביי די חרדישע הייזער.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי משולם פייש לאווי
- רבי משה האלבערשטאם
- רבי נתן געשטעטנער
- רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן
- רבי אברהם כ"ץ
- רבי שלום קרויז
- רבי אשר אנשיל כ"ץ, וויענער רב
- רבי געציל בערקאוויטש
- רבי משה מנחם טירנויער
- רבי יוחנן וואזנער