נתן געשטעטנער

פֿון װיקיפּעדיע
נתן געשטעטנער
געבורט 6 מערץ 1932
גיאר, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 נאוועמבער 2010 (אלט 78)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב נתן געשטעטנער (כ"ח אדר ה'תרצ"ב - י"ד כסלו ה'תשע"א) איז געווען א גאון עצום און רב פון קרית אגו"י און ראש ישיבת פנים מאירות אין בני ברק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נתן איז געבוירן געווארן אין תרצ"ב צו זיין פאטער רבי עמרם געשטעטנער און זיין מוטער, א טאכטער פון ר' שלמה שרייבער, א זון פון הרב יעקב עקיבא סופר, א זון פוו הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער ״כתב סופר״, א זון פון הרב רבי משה סופר, דער ״חתם סופר״.

ער האט געלערנט ביים פאפער רב, רבי יוסף גרינוואלד. ער איז געווארן א מגיד שיעור אין דער ישיבה פונעם ערלויער רב. אין תש"ז האט ער געלערנט אין דער לאנדאנער מתיבתא.

ער האט חתונה געהאט מיט עטל, א טאכטער פון הרב מאיר חיים אונגער, אב"ד לאקנבאך.

אין תשמ"ב האט מען אים באשטימט רב פון שכונת אגודת ישראל אין בני ברק.

ער האט אויפגעשטעלט די "פנים מאירות" ישיבה אויפן נאמען פון זיין זיידן רבי מאיר אייזנשטאט. ער האט מחבר געווען פון פילע ספרים ווי אויך שו"ת "להורות נתן", "נתן פריו" און "ונתן לכהן".

קינדער און אייניקלעך משמשים ברבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קינדער פון הרב נתן געשטעטנער און זיין ווייב עטל זענען:

  • הרב עמרם געשטעטנער, רב דביהמ"ד קרית אגודת ישראל אין בני ברק
    • הרב חיים אהרן מאיר געשטעטנער א זון פון הרב עמרם געשטעטנער
  • הרב שלמה געשטעטנער, רב קהילת לוצק אין ירושלים און רב העדה החרדית אין שכונת גבעת משה - ירושלים (איידעם ביי רבי נפתלי האלבערשטאם)
    • הרב יעקב מייזליש, רב דביהמ"ד וראש חבודת עבודת הלב אין ירושלים, א זון פון ליעשזער רבי פון לאנדאן און א איידעם פון הרב שלמה געשטעטנער
    • הרב יואל בער לאבין, אבד"ק דראהביטש א איידעם פון הרב שלמה געשטעטנער
    • הרב יואל גאלד, דיין פון קהל ייטב לב סאטמאר בלומינגבערג, זון פון רבי משה חיים גאלד רב פון קראלי (בארא פארק) און איידעם פון הרב שלמה געשטעטנער
    • הרב ישראל האלבערשאטם ראש ישיבה דברי חיים ביתר, זון פון הרב סיני האלבערשטאם זשמיגראדער רבי (בארא פארק) און איידעם פון הרב שלמה געשטעטנער
  • הרב חיים יוסף בידערמאן רב פון חסידי לעלוב בני ברק (א ברודער פון רבי אלימלך בידערמאן)
    • הרב עמרם געשטעטנער (בארא פארק) זון פון חיים געשטעטנער