לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:רוני/מערץ ארכיוו 2006

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
ארכיוו פון באַניצער רעדן:רוני  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


איצט אז מיר האבן דערלעבט צו פייערן דעם טויזענטסטן ארטיקל אין וויקיפעדיע. וואונטש איך דיר זאלסט דערלעבן גאר בקרוב צו פייערן דעם צען טויזענטסטן ארטיקעלע אין אינזער יידישער וויקיפעדיע.

איך האף אז דו באגרייפסט ווי ווייט אונזער הכרת הטוב גייט צו אייער נאמען: אָן דיר וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט! דיין טעכנישע הילף, הלל'ס געדולד מיט וואנדאלן, פריינשטאפט און רואיגקייט מיט אנדערע באניצער, און איבער אלעס דיין תמימות'דיגע פלייסיגע ארבייט טאג איין טאג אויס צו שרייבן ארטיקלן, און בכלל דיין אמונה אז מיר קענען דאס דערגרייכן ווען דאס איז געווען א פוסטער פאנטאזיע און הוילער חלום האט אונז געטריבן ביז אהער צו פארוויקליכען דאס אין א פילשטענדיגער וויקיפעדיע.

בשם די מיליאנען אידישע קרבנות וואס זענען ארויף אין פלאמן דורכאויס אלע דורות פון דאס יידישער פינק וואס האט געטויליעט אין זייערע הערצער אויסשרייענדיג אין יידיש צו זייער טאטע יידישע געטריישאפט! דאנקן מיר דיר און לויבן מיר דיר אז דו האסט געגעבן האפענונג פאר אונזער שפראך אין א ווירטואלער עתיד. זאל דיר דער זכות און דערגרייכונג ביישטיין אלס מעדאל און שטייג-ברעט צו דערלעבן שמחה און נחת אין דיין אייגענע משפחה לעבן, און נאך פיל אהערשטעלן פראיעקטן פאר אונזער פאלק, שפראך, אידיאל און גלויבן מיט געזונטהייט און פארגעניגן.

פון טיפן הארץ, --יודל 12:23, 13 מאַרץ 2006 (UTC)

א גרויסן שכויח אויפן הארציגן ווונטש, אבער פארגעס נישט אז ווען נישט דיר מיט דיין מוותר זיין אויף די שטריינגע ייווא כללים, און זיך צולאזן מיט האקן רידיירעקטן פון אלע זייטן, און דיינע הערליכע נייעס וואס לייגסט ארויף יעדן טאג, וואלט דא זיכער געווען יעצט פוסט און פאסט. א דאנק דיך און א פרייליכן פורים ;►רוני◄ 12:48, 15 מאַרץ 2006 (UTC)

אבורטאן אדער אבורטאציע

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוני. איך דענק אז דאס ווארט אין אידיש, איז ליבערשט: "אבורטאציע". ABORTION איז אבורטאציע, נישט אבורטאַן.

דאס איז דער אקט פון אן אן קינד-איבערריס, איז די רעזולטאט אבורטאציע.

איך מיין אבאָרטן ►רוני◄ 23:12, 16 מאַרץ 2006 (UTC)
דאס ווארט VACATION קען פאראידשט ווערן צו "ווואקאציע" אדער "וואקאציאן". בשום אופן נישט וואקצאן".

אבאָרטן האסטו געלאזן דעם גאנצן ענגלישן פאנעטיק. איך גלויב נאך אלץ אין אבאָרטאַציע, הן אין ווערטערליכן אויסלייג, און הן אין מיין ליבעראלן צוגאנג.

קען זיין ביסט גערעכט, איך ווייס נישט גענוי, זעה דא שטייט אבארטן. ►רוני◄ 23:19, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

איך זעה דו האסט געשריבן אז וויקיפעדיע פאליסי ערלויבט נישט קיין לשון הרע, קודם כל, דארף מען לכוארה פינאדערשיידן צווישן א פריוואטער מענטש און צווישן א פובליק פיגור. אויב א באקאנטער מענשט ווי א פילם סטאר באגייט א מעשה פון געבן א פראסק פאר אן אנדערן איז דאס רעלאווענט און אויסגעהאלטן צו באשרייבן. ביטע ערקלער וואס דו האסט געמיינט ווען דו האסט געזאגט אז מען טאר נישט שרייבן אז עמרם כהן א וויכטיגער פערזענליכקייט אין אונזער חסידישער געזעלשאפט מיט אסאך מאכט און איינפלוס האט אריינגעווארפן וועש אין מקווה. איך רעדט אז דאס איז אמת נישט ליגענט. פארוואס זאל מען דאס מעקן? --יודל 00:02, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

איך ווייס נישט וויפל איז באוווסט די מעשה, אבער אויב עס איז נישט באוווסט, טאר מען נישט רעדן לשון-הרע אויף א פריוואטער מענטש (אגב, אלץ-ווייסער איז נישט בן-עמי)►רוני◄ 00:07, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
דער מעשה איז פונקט אזוי באוויסט ווי א פילם סטאר געבט א פראסק פאר איינעם אינמיטן גאס. דאס איז געווען אין א מקווה אין פארענט פון הונדערטע מעשטן, די גרעסטע מקווה אין די וועלט. און דא האנדעלט זיך נישט אויב די מעשה איז אמת צו נישט דא האנדלט זיך אז קיינער זאגט נישט אז די מעשה איז נישט אמת, זיי ווילן פשוט נישט ליינען א אומבאקוועמער פאקט פון זייערס א מענטש, וויל איך וויסן וואס איז דער פאליסי פון וואס דו רעדסט. דרך אגב אלץ ווייסער קען זיין בן עמי און קען זיין אז נישט. אבער מען קען אים גארנישט טאן אפילו ער האט נאך זיבן נעמען ווילאנג ער באטייליגט זיך מיט אלע נעמען איז דאס פונקט ווי זיבן אנדערע באנוצער, על כל פנים אויף דערווייל.--יודל 00:13, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
וועגן די מעשה, לאז מיך ארויס דערפון, איך בין נישט באקאנט מיט די סארט פאליטיק.
וועגן אלץ-ווייסער, עס שטערט מיר נישט וויפל נעמען ער האט, אדרבה כל המרבה הרי זה משובח. איך האב דיר דאס אויפגעמערק נאר לגבי דעם וואס איך האב אים געוואלט געבן סיסאפ. אבער לאזמאל, נישט וויכטיג. ►רוני◄ 00:18, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

איך בעט דיך געב אים נישט קיין סיסאפ, אז ער מעקט א מעשה וואס ער איז מודה אז עס איז אמת וועט ער פארוואנדלן וויקיפעדיע אין א פארטייאישע צייטונג וואס דולד נישט קיין אומגינסטיגע נייעס פאר זיין צד. איך האב דיר נאר געפרעגט וועגן דעם פאליסי פון לשון הרע אבער למעשה דרייסטו דיך ארויס פון ענטפערן איך פארשטיי דיך זייער גוט. און נאכאמאל בן עמי קען זיין אלץ ווייסער און קען זיין אז נישט, דו קענסט דאס קיינמאל נישט וויסן. --יודל 00:23, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

איך גיב קיינעם נישט קיין סיסאפ. און וועגן די מעשה האב איך דיר געהענטפערט אז איך קען מיך נישט אויס מיט די סארט פאליטיק, און איך קען זיך נישן מישן דערהינען ►רוני◄ 00:26, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

וואס איז דער גדר פון פריוואטע אינפארמאציע?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויב א חבר הכנסת האט געשאלטן זיין חבר אין פארענט פון צען מענשטן איז דאס פריוואט?--יודל 00:42, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

אזוי ווי מיר האבן שוין גערעדט. אויב דער מענטש האט געמאכט זיין אקציע ברבים אין א אויפן אז ער האט דאן געוווסט אז עס וועט נתפרסם ווערן איז דאס אזוי ווי ער אליינס האט מאשר געווען מען זאל מעגן דערפון רעדן. אבער אויב ער האט דאס געטאן בצנעה (אויסער גראבע עבירות) טאר מען נישט דערפון רעדן. ►רוני◄ 08:10, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

כללים פון שרייבן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך ווייס נישט וואס פאסט זיך בעסער פאר א קעפל?

פעולה אדער נאמען. (אין ענגליש: נאַען אדער ווערב) אויך ליבעראליזם אדער ליבעראל. און אזוי ווייטער. מען דארף אראפשטעלן אייזערענע פעלזן פעסטע כללים.--קרעכמער 13:31, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

ליבעראליזם איז א מעטאד, פאסט דאס צו שרייבן מיט "יִזם".
וואס האט צו טאן "פעולה" מיט "נאמען"? ►רוני◄ 13:34, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
סאָרי איך קען נישט שרייבן, אבער איך מיין צוזאגן אז ס'פעלט כללים פארן ליינער ווען מען מאכט א קעפל וואס פּאסט זיך בעסער יעדע זאך קען מען עס אנרופן אלס א טואכץ אדער א זאך, און אזוי ווייטער עס פעלט אנווייזונגען. אבער קען זיין מיין שאלה איז אבי גערעדט אנטשולדיגט--קרעכמער 13:44, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

אויב דו קענסט שרייבן כללים וועגן דעם שרייב זיי דא הילף:ווי צו שרייבן ווערטן אדער דא הילף:ארטיקל (אגב מען דארף די צוויי בלעטער פאראייניקן) -►רוני◄ 13:48, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

sholem-aleykhem tayrer fraynd

can you please update the templates from http://epov.org/wd-gemet/index.php/Category:User_yi ?‎ they should be similar to the 5 templates from http://epov.org/wd-gemet/index.php/Category:User_en .‎

thanks in advance for your efforts

gut-shabes

Gangleri‏ · Th‏ · T‏ 06:21, 18 מאַרץ 2006 (UTC)

was is das ziel von Wikidata?‎ ►רוני◄ 10:16, 18 מאַרץ 2006 (UTC)
ich habe das getun nur fuer 3 babels aber ich weiss nicht wieso das zu stelen von rechts zu links. uebrigens, was is das ziel von Wikidata?‎ ►רוני◄ 10:16, 18 מאַרץ 2006 (UTC)


At this moment in time the contributors of the wictionaries and theri bots are copying the same content in dozens of wikies.‎
‎"WiktionaryZ" is using a new generation of software supporting relational concepts.‎
This technology does neither require interwiki links nor insertion of multiple content; only translations. See [1], [2], abere etc.‎
It will not be necessary to insert database content as the number of people living in a town New York many times in titles as "cities of the USA", "greatest cities of the world" etc. and update them differently. In a Metadata wiki such information is stored one time only. This aplies also for date and place of birth, date and place of death etc.‎
March 18 will be based on a database query.‎
a groisn dank
regards
Gangleri‏ · Th‏ · T‏ 10:54, 18 מאַרץ 2006 (UTC)
excellent idea ►רוני◄ 10:59, 18 מאַרץ 2006 (UTC)

יישר כח פאר'ן צולייגן מיין חתימה אויפ'ן וואל בלאט. איך האב עס פארגעסן. --קאצקער 01:10, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

halló! With the crash of my laptop I lost all my e-mail contacts. could you please email me? you can find me also at the IRC channel #wiktionary. could you please add a note about the "confirm your email" mechanism ?‎

ikh kon keyn blitsbriv an dir nisht shikn
host du a blitsadres in "אײַנשטעלן"? on special:Confirmemail / meta: fun dir kon man keyn blitsbriv kenmol nisht shikn.‎
Gangleri‏ · Th‏ · T‏ 18:30, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

yesterday I visited a convert of Nizza Thobi in Munich. I found gebojrn in a sajdn hemdl some months before and was noticed about the concert only some hours before. it was was impressive with songs in Yiddish, Ladino, Hebrew, Greek ("Asma Asmaton" (daytsh: "Lied der Lieder") Text: Iakavos Kambanellis, Music: Mikis Theodorakis).‎

please make a proposel for the "SITENAME" of yi.wikinews.org at "‎meta:Wikinews/Start a new edition#Yiddish (יִידיש)"‎; if necessary please make a poll. Thanks in advance!‎
a gut vokh
Gangleri‏ · Th‏ · T‏ 07:53, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

the song is very very beutiful. but your first quastion i didnt understand, write me with simple english or simple deutsch ►רוני◄ 15:58, 19 מאַרץ 2006 (UTC)}}

וויקינייעס אדער וויקינײַעס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טייערע פריינט. קודם בין איך זייער דערפרייט צו ליינען אז גאנג-לערי האט שוין א נייעם לעפאטאפ, און ער האט געגעבן א שטיפּ דעם וויקינייעס פראיעקט, אפשר איז בעסער איר צו רופן וויקינייעס ווי איידער וויקינײַעס, צוליב אונזער אלטער הנחה אז סרוב אידישע ליינער און שרייבער פילן זיך מער היימיש צום דעם פראסטן ניטש ייוו"א אידיש?--יואל 21:10, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

איך האב אויך אזוי געהאלטן, און נאר דערנאך האב איך עס געטוישט אויף וויקינײַעס, ווייל איך מיין אז צוליב דער ויכוח איז דער וויקיביבליאטעק פארהאלטן שוין א לאנגע צייט. יעדנספאל זעה איך נישט קיין גרויס נפקא-מינה דערפון וויבאלד ס'איז בלויז א קעפל-נאמען. ►רוני◄ 21:38, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

א קעפל מיינט אסאך, צו דו ווילסט איינלאדענען דעם ליינער צו נישט, אויב איז דאס געפינטעלט רעדט דאס נאר צו דעם ייוו"א טיפּ, אויב איז דאס אומגעפינטלט רעדט דאס צו יעדן. אזוי מיין איך און אזוי פארשטיי איך אבער גלייב מיר פאר מיר פערזענליך איז דאס קיין דיפערענץ.--יואל 21:40, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

OK, איך וועל דאס בייטן, אבער די גוישע קעפ פון די דירעקטארס זאגן אז אויף יעדע נארישקייט דארף זיין וואלן, און אפשר דאס נישט א נארישקייט ווי דו אליין האסט געזאגט. ►רוני◄ 21:43, 19 מאַרץ 2006 (UTC)
דירעקטארס שמירעקטער פירעקטארס, דו דערמאנסט מיך פון די וואול אינגעלע אין חדר וואס האט שטענדיג געלעבט מיט חניפה צו די רעבי. לאז אפ קיינער אינטערסירט נישט דארטן וואס מען טוט, אויב איינער זעהט פרייט ער זיך פשוט אז סאיז דא איינער וואס קימערט זיך. נעם דיר דאס אריינאין קאפ דו ביסט דער דירעקטאר.--יואל 21:45, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

מיר האט מען שוין אמאל דא פארדראסן און פאשפארט. זעט אויס אז ס'איז געבליבן פון דעם סממנים. ►רוני◄ 21:50, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

יענער וואס האט דיך דא פארשפארט האט פארשפארט נאך הונדערטע באנוצער און דא געהאלטן יידיש אלס א בית החיים וואס ער האט זיך געקרוינט שומר, ביז ער איז אליינס אפגעשטארבן מען הערט נישט פון אים און זיין לעצטען קול איז געווען ווער ער האט געגעבן זיין ביטערע שטימע דארטן ביים יידישען וויקינייעס אפשטימע קעגן 11 אנדערע וואוטס, און ער האט נישט באהאלטן דארטן זיין טעם וועגן ער האלט אז יידיש איז געשטארבן... --יואל 21:55, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

תכלית איז שוין דא וויקינייעס צו נישט?--יואל 22:05, 19 מאַרץ 2006 (UTC) מיר האבן שוין געשטימט עלעף קעגן איינס, וואס איז דאס ווייטער שטימן--יואל 22:05, 19 מאַרץ 2006 (UTC) דערווייל נישט. אויב דער גאנגעלי האט געזאגט שטיממען מוז מען ווארשיינליך שטיממען, ער פארטוט זיך ביט ברעכן די קאפ קעגן די גוים ►רוני◄ 22:16, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

לעצטע ענדערונגען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון יידיש צו ענגליש הערשט נישט קיין הארמאניע, למשל דיין נאמען וויבאלד סאיז ענגליש פאנטס שפרינגט דאס די אנדערע זייט און ביי מיר איך האב א יידישן פאנט נאמען איז דאס אנדערשט אויסגעשטעלט, אויב קענסטו דאס פארעכטן איז גוט אז נישט איז אויך גוט.

אגב, דו זאגסט אז עס איז נישט קיין נייעס אז מיר האבן געריטשט 1000 ארטיקלן, דו כאפסט אבער נישט אז עס איז פארהאן מיליאנען אידן און נאכמער מיליאנען גוים וואס שעצן מיט נאסטאלאגיע אזא פראיעקט, דאס איז פאר זיי ווי א נקמה אין היטלער ימ"ש, אטא קוק דא, דער פריידט זיך אזוי מיט אונזער דערגרייכונג כאטשיג ער קען שוואך אידיש... יידיש וואוס ראדיאו--קרעכמער 11:32, 20 מאַרץ 2006 (UTC)
יישר כח אויפן לינק. איך האב חלילה קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך, עס איז געוויס ווונדערבאר אזא פראיעקט אבער לעת עתה קען מען איר נאר נישט רופן ענציקלאפעדיע, עס דארף זיין צום ווינציגסטן גרונדענע ארטיקלען. ►רוני◄ 04:51, 21 מאַרץ 2006 (UTC)

שוין איך זעה אז דו האסט יאר ערליידיגט דארטן פירסום

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נועם סטאריק בריינגט דארטן אריין אזא לעבדיגקייט אין דעם בשורה, אזש אז עולמות פרייען זיך תפוז יידיש, ייש"כ!

יא איך האב געזעהן, אבער נישט איך האב אים געזאגט לייגן, זעט אויס אז דו האסט דערגרייכט א דרגה פון נבואה :) ►רוני◄ 11:54, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

זעהט מיר אויס אז ער ליינט דיין רעדן בלאט... :) און ער האט דיך פארשפארט ארבייט.--קרעכמער 11:56, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

פארוואס ביסטו מהרהר מיט דברי כפירה? מען טאר נישט פארשן איבער נביאים :) ►רוני◄ 12:08, 20 מאַרץ 2006 (UTC)
איך האב באמערקט אז דו האסט געגעבן דארטן א שטויס צום שניי-קנויל זאל זיך קוילערן און פארגרעסערן... דאנקע שיינע, נאר צום האפן אז דער יולישל זאל אונז נישט בארעדן זינט ער האט אונז פארלאזט און ער איז נעלם פון דא, אדער ער איז ער דער גאר וואס האט געוואלט ....--קרעכמער 12:17, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

העי, אויב עס איז נישט שווער, מעלדט דארטן אז מיר האבן שוין אן ארטיקל איבער מענדלע מוכר ספרים...--קרעכמער 12:52, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

OK ►רוני◄

test

האסטו באמערקט דעם מעניו טויש צו ענגליש?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען דארף אויפמערקן גאנגלערי איבער דעם.--עמלק 11:12, 31 מאַרץ 2006 (UTC)

די מעניו טויש איז נאר א דוגמא פארוואס דו מוזט שטייגן דא.

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך פארשטיי ביזט אן עניו, אבער היינט צופרי צווינגט דיך אנצונעמען א גרעסערע פאזיציע דא ווי סתם א סיסאפ, שטעל דיך פאר וואס נאך דו קענסט אלס אויפטאן מיט אביסלע צוטריט צו מער מאכט.

ביטע שרייב אונטער צו יודל'ס בקשה אז דו ביזט מסכים אנצונמען א גרעסערע אמט דא לטובת דעם יידישן וויקיפעדיע.--קרעכמער 11:42, 31 מאַרץ 2006 (UTC)

OK איך וועל דארט אונטערשרייבן מוצאי שבת. שרייב דו דארט אויך. א גוט שבת. ►רוני◄ 12:28, 31 מאַרץ 2006 (UTC)