באַניצער רעדן:רוני/נאוועמבער ארכיוו 2006

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בלאקסט אויס יודל און נאכעדם וואטסט דיך פאר דיר אליינס.[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אדער לאז צוריק יודל דא זיך אויסדרוקן זיין מיינונג איבער אים אדער האלט דיך צוריק פון וואטן איבער דיר אליינס. [1]--טוב עין 11:47, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

אין דעמאקראטיע בכלל און אין אלע פרעמדע וויקיפעדיעס בפרט איז ערלויבט צו וויילן פאר זיך אליין. דאס איז א אנגענומע גאנג. דעריבער די נייע געזעץ וואס דו האסט פריער געשריבן איז נישט אנגענומען. ►רוני◄ 20:05, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

העלף מיר ארויס![רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב געמיינט אז עס וועט בעסער ווערן, האסט געזען וואס איך האב געשריבן אין געמיינדע וועגן דעם פראבלעם אז ווען איך שרייב זיך איין זעה איך אלעס פארריקט?. איך בעט דיך העלף מיר ארויס, איך קען נישט אזוי!--אלזוז 19:56, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך האב געזען דיין מעלדונג. ווי עס זעט אויס איז דאס א פראבלעם אין דיין קאמפיוטער, ווייל ביי מיר ארבייט דאס וועל (אין עקספלארער, פייערפאקס און מאקסטאן.) פראביא אינסטאלירן דאס עקספלארער פון דאס ניי. און דרך אגב, באנוצער עס-סגולה איז א סיסאפ וואס יודל האט געשענקט דורך גאנגלערי. זיינע אלע ארטיקלען וואס ער האט געשריבן ביז יעצט זיינען קארגע 10 [2] און דאס איז איינע פון זיי [3]. אויך האט ער געלאזט סימנים מיט זיין באניצער-נאמען "טוב עין" [4]. איך וויל נישט ווערן ווי יודל מיט פארדאכטן אים אלס יודל. אבער ירא הקהל וישפוט... ►רוני◄ 20:01, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

געב נישט קיין קאמפלימענטס פאר דו הערסט אויף מיט דיין וואנדאליזם[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יודל מאכסט א גוטע ארבעט, איך האב סתם צוריקגעדרייט, סארי. ►רוני◄ 15:12, 14 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך נעם נישט אן קיין קאמפלימענטען פון אזא איינער ווי דיר וואס ברעכט פאליסי צו יעדער צייט פון אויסשפארן באנוצער און פארשפארן ארטיקלן בשעת ווען דו ביסט פארמישט מיט יענעם אין א פייט, דו ביסט דער ערגסטער סארט וואנדאל. און דיינע טעג זענען געציילטע דא. אחוץ דו וועסט תשובה טאן און צוריק עפענען די ארטיקלן וואס דו האסט פארשפארט שלא ביושר.--יודל 15:33, 14 נאוועמבער 2006 (UTC)

א בילד פון דיר אויף תפוז[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעה אז אין תפוז האסטו א בילד פון דיר, פארוואס ברענגסטו עס נישט אהער אין וויקעפעדיע?--אלזוז 23:06, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)

צו נישט דערווייטערן די פרומע. ►רוני◄ 23:10, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך פארשטיי דיר. אויפן בילד קוקסטו אויס ווי א ריכטיגע ביזנעסמאן (: --אלזוז 23:11, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
אלזוז די סיבה פארוואס ער לייגט נישטא די בילד איז דער זעלבער סיבה פארוואס ער פארקויפט נישטא דא אויפ זיין באנוצער בלאט די זעלבע וואס ער פארקויפט אין תפוז. בילדער און זאגן ווער ער איז, קאסט נישט קיין געלט פאר אים און עס מיינט נישט גארנישט.--יודל 13:50, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)
יודעלע געדענקסט דעם כלל? ווער עס האט אסאך באנוצער נעמען מיינט אז יעדער האט. און די זעלבע איז שייך דא.--אלזוז 14:00, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)

דו האסט מיך געמאכט ארבייטן פאר גארנישט?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט מיר היינט געבעטן אויפזיכען ווי דו האסט באפוילן אז נעים ספעיסעס זאל זיין ווי אין דייטשן וויקיפעדיע, אבער איך האב א פראבלעם דו האסט געמעקט דיין רעדן בלאט. די ערשטע הודעה איז פון ווען מיר האבן שוין געהאט דא טויזענט ארטיקלן, און איך געדענק ווי היינט אז איך האב צו דיר אסאך גערעדט בעפאר, געב מיר א לינק צו דעם אז נישט וועל איך מוזן בעטן די אנדערע סיסאפן זאלן מיר געבן די געמעקטע לאגפיילס. א גרויסן ייש"כ.--יודל 01:41, 17 נאוועמבער 2006 (UTC)

אויב איז דאס נישט ביי מיין ארכיוו איז דאך דאס ביי די "געשיכטע". יעצט פרעפעריר איך צו שרייבן ארטיקלען. ►רוני◄ 01:44, 17 נאוועמבער 2006 (UTC)
ירא הקהל וישפוט: קוקסט דא: דער האט געמעקט זיין רעדן בלאט דא האט איר די לינק צו איינע פון די ארכיווען דעם און עס זאגט אפען אז א סיסאפ האט דאס אויסגעמעקט פונעם סיסטעם און בלויז אנדערע סיסאפן קענען דאס צוריקשטעלן. איצט בעט איך דא אנדערע מער יושרדיגע סיסאפן עפענסט צוריק אויף דעם בלאט, ווייל דער לייקענט אז ער האט דאס אמאל געשריבן.--יודל 01:46, 17 נאוועמבער 2006 (UTC)

וויאזוי האסטו געמאכט דאס?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אז ווען דו שרייבסט זיך אונטער קומט ארויף די צוויי סימנים פון דער זייט ►◄?--אלזוז 13:38, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)

פארוואס פרעגסטו נישט שמאלץ? ער האט די זעלבער איידיע אויף זיין אונטערשריפט און איז דאך נאכדערצו א קאמפיוטער ספעציליסט... און ער רעדט נאך דיין יידיש אויך...?--יודל 13:48, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)
גיי אריין אין "העדפות שלי" וואס עס געפינט זיך אויבן, און לייג אריין אין די "אונטערשריפט" קעסטל וועלכע סימנים עס שמעקט נאר דיר. כדי צו טרעפן פארשידענע סימנים קענסטו דערצו גוגעלאזירן. ►רוני◄ 13:50, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)

יישר כח. גוגעלאזירן האט מיך געמאכט לאכן. האסט געדארפט לינקן אזוי גוגעלאזירן --◘אלזוז◘ 14:03, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך בין מיך משתדל צו נישט לינקן פון רעדן בלעטער אן אינטרעסאנטע אינהאלט, כדי צו נישט אנפילן די בלאט "װאָס די אױף דאָס זײַט פֿאַרבינדט" (וואס ליגט ביים מעניו) מיט סתם שטותים. אבער דאס איז מיין אייגן פערפערענץ. ►רוני◄ 01:07, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)

אז איך רעד שוין לאמיך פרעגן נאך א פראגע, ביי די לעצטע ענדערונגען בלאט זעט מען ביי געוויסע ענדערונגען ווי עס שטייט "מ" אדער "נ" אדער "נמ", וואס מיינט דאס? יישר כח פארן ענטפערן.--◘אלזוז◘ 14:36, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)

ווען ביים ענדערן א בלאט צייכנט מען אן א ווי ביים "‏איך האָב נאָר געענדערט אַ קלייניגקייט" קעסטל, זעט מען ביים לעצטע ענדערונגען בלאט א מ (מינאר). און ווען מען שרייבט א נייער ארטיקל זעט מען א נ (ניי), און ווען דער ארטיקל איז ניי און מינאר צוזאמען, זעט מען נמ. :) ►רוני◄ 19:25, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)

קוק דא[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דא יישר כח--◘אלזוז◘ 14:29, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)


Please speak to me before doing anything regarding Yidl. Danny 21:23, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

OK IF YOU DONT TRUST ME. אשמח אם תחליט אתה לגביו רק תאמר לי אם אתה מבין עברית ואיפה לדבר איתך? ►רוני◄ 21:27, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)
קענסט אים דא ענטפערן. [5]--יודל 22:37, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

יישר כח פארן טון למעשה[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יישר כח פארן בלאקירן דעם וואנדאל עם סגולה. אזויווי עס איז באשטימט געווארן אין די וואלן.--◘אלזוז◘ 22:33, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

יעצט איז שון דא קיינער נישט בלאקירט, אויך האט באנוצער:Danny מיר אראפגענומען די סיסאפ-רעכטן נאך וואס איך האב בלאקירט יודלען אויף 2 שעהן אויפן צוריקדרייען א נישט פאסיגע ארטיקל איבער א ניק-ניים "קרעמער" פון די הייד-פארק פארומען. יעצט קען דא יודל טון וואס ער וויל, און באנוצער-Danny נעמט פון היינט און ווייטער קער וועגן די יידישע וויקיפעדיע. ►רוני◄ 22:35, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)
קודם כל, איך האב נישט געהייסן פאר דעני דיך מאכן אויס סיסאפ, איך האב אים סתם געבעטן ער זאל אפשטעלן דיין סיסאפ אביוז, זעה דא. [6], פון בלאקירן באנוצער און פארשפארן בלעטער מיט דיין סיסאפ כוח ווען דו ביסט אין א מיינונגס פארשידענהייט. רעדט דיך דורך און אויב איך וואלט געוויסט דער טעם פארוואס דו פארלייגסט דיך צוריקדרייען איז צוליב הייד פארק וואלט איך דאס נישט צוריקגעדרייט, לעסט טיים א טשעקט זענען זיי א אייגן וועב סייט. און האבן גארנישט איינגעלייגט מיט הייד פארק.--יודל 22:46, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך בין מסכים זאלסט ווערן צוריק דא סיסאפ[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אז דו זאגסט צו מער נישט צו בלאקירן און פארשפארן ארטיקלן און באנוצער מיט וועמען די ביסט אינמיטען א עדיט קריג. יעדער איינער קען תשובה טאן און איך בין דער ערשטער צו שטימען פאר דיר אויב דו טוסט תשובה.--יודל 00:08, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

אויב בין איך סיסאפ, טו איך לויט ווי איך פארשטיי פאר דער צוקונפט פון די יידישע וויקיפעדיע, דו וועסט מוזן נאכגעבן א ביסל כדי צו זיך באוווילן מיט א יעדער. איך בין זיכער אז דו ביסט אונטערבאוווסט אז דו שטערסט דעם וואוקס פון וויקיפעדיע, לאמיר זאגן אז דער וויקיפעדיע וועט נישט גיין לויט דיין שלימותדיקע אידיאלאגיע, אבער מען דארף זיך פארגלייכן צו די אלגעמיינע מיטגלידערס און צו די אלגעמיינע מענטשליכע נאטורן און שכל. ווען דו ביסט דא אליין געווען מיט מיר האב איך מיך מער אויסגעגלייכט מיט דיר, אבער יעצט קען מען נישט טון וואס מען וויל. דיין עקשנת צו שרייבן קעפלעך לויט דיין מיינונג און נישט לויט די יידישע ווערטערבוך (ווי שרייבן ראז אנשטאט רייז, זויג בעל חי אנשטאט זויג חיה אא"וו) קענען מיר נישט אננעמען. זיי ווייכער, אזוי וועלן מיר קענען אויפבויען א גאנצע ענציקלאפעדיע. אויך דארפסטו אליין פארשטיין אז מען קען דא נישט שרייבן איבער א ניק-ניים פון הייד-פארק פארומען, א קרעמער מיינט איינער וואס פארקויפט סחורה (חנווני) און עס איז קיינעם נישט אינטרעסאנט ווער איז דער קרעמער פון הייד-פארק פארום. ליידער קען איך נישט ממשיך זיין ביישטייערן דא כל-זמן ס'איז נישטא איינער זאל נאכקוקן דיין ארבייט. מען קען נישט אויף יעדע זאך זיך דורכרעדן, דו דארפסט אננעמען די אלגעמיינע אידיאלאגיע וואס הערשט דא אויף אל אנדערע באניצערס. ►רוני◄ 00:19, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
אין די אלע אויבן דערמאנטע ארטיקלן בין איך דער וואס שמועסט זיך דורך און דו נישט. קוק אין רעדן בלאט פון זויג בעל חי קוק אין די קורץ ווארט ביי די לעצעטע ענדערונגן ווען איך באוועגענט רייז צו ראז, און ווען דו האסט באוועגענט ביזטו געווען שטיל. די זעלבער היינט ביי צוריקדרייען נאכאנאנד די קרעמער ארטיקל. איך האב געוויינט ווי א ביבער און געשריגען ווי א הונט, און דו ביסט געווען שא שטיל ווי איך בין דיין קעצל. מיך ארויסבלאקירט. דאס קומט שוין נאך וואכן טעג און חדשים וואס דו בלאקירסט כסדר בלעטער וואס דו ביסט מיט מיר אין א געפעכט איך רעדט און דו שפארסט אפ אן א ווארט בלויז באטיטולסט מיך וואנדאליזם וזהו. לא זהו הדרך וויקיפעדיע איז אייניג מיינס צו דיינס נאכדערצו ווען איך האב פיל מער באטיילונגען דא. און ווען דו האסט מיך געמאכט אויס סיסאפ האב איך נישט געסטראשעט אוועק גיין דאס איז פונקט ווי די מעשה מיט שלמה המלך צו זעהן וועמענס קינד דאס איז האט ער עס געהייסן שעכטן. דו שעכסט וויקיפעדיע און איך ווען איך בין געווארן אויס סיסאפ האב איך ווייטער דא געשריבן כאילו לא היה. ביטע בארעכן דיך און נעם דיך פאר צו האלטן פאליסי און דו ווערסט אונטער א סעקונדע צוריק סיסאפ. א יישכ.--יודל 00:26, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
נישט אויף יעדע זאך דארף מען זיך דורכרעדן, בפרט אז איך בין דא באגלייבט, און אז איך האב געשריבן יענע ארטיקלען. אויסער דעם האב איך יא געשריבן ביים "קורץ ווארט" אז "קרעמער" איז נישט פאסיק צום וויקיפעדיע. איך האלט אז אויף יעדנס פאל וועט ער מיר נישט צוריק געבן סיסאפ, ווייל לויט אים דארף דא נישט זיין סיסאפס אין פאקט אז ער דאס פון מיר אראפגענומען אן זיך דורכרעדן (איז צוליב וואס האב איך געהאט די רעכטן בכלל?) ►רוני◄ 00:32, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
שקר דו האסט נישט געשריבן יענע ארטיקלן. רייז קרעמער און זויג בעל חי האב איך געשריבן. און דו האסט סתם געטוישט אן איין ווארט. אבער דו ביסט בארעכטיגט ביז דו באנוצט נישט די סיסאפ כוח דאס צו טאן. איינמאל דו נעמסט דיך אונטער דאס נישט מער טאן. וועל איך נישט רוען ביז ווילאנג דו ווערסט צוריק סיסאפ דא. געדענק איך האב נישט גערוהט ווילאנג דו ביסט געווארן דא ביראקראט, כאטשיג איך האב גוט געוויסט דיין אגענדע דא. און איך וועל איצט נישט רוען ביז ווילאנג ער געט דיר צוריק דיין סיסאפ כוח. נאר בלויז נעם דיך פאר צו האלטן פאליסי. א דאנק.--יודל 00:41, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך האב טאקע נישט געשריבן א קורץ ווארט ביים אויסמעקן "קרעמער" ווייל דאס איז א זעלבסטפארשטענדליכע טראט. אבער ווען אין האב אראפגענומען די אינפארמאציע איבער קרעמער ביים קרעמער-דער-אקטיאר ארטיקל, האב איך דאן יא געשריבן.
דו האסט נישט געשריבן פארוואס דו האלטסט אז דאס פאסט נישט. סתם געשריבן ספאסט נישט און פארטיק.--יודל 00:55, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

דו ביסט דען נישט מודה אז א מענטש קיין מאכן א טעות ווען ער איז א נוגע בדבר[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פארוואס עקשענסטו דיך נישט זיך אונטערנעמן מיך נישט ארויסבלאקירן בשעת איך רעדט צו דיר, איז נישט מעגליך אז איך בין גערעכט.--יודל 00:30, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

עס איז זעלבסטפארשטענדליך וואס מיינט עדיט קריג. נישט יעדע מאל וואס דער סיסאפ מאכט א שריט קעגן איינעם הייסט דאס עדיט קריג, ווייל אויב אזוי ווען קען דער סיסאפ יא מאכן א שריט? עס וועט דאך אימער זיין א עדיט-קריג. ►רוני◄ 00:34, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
עדיט קריג מיינט אז מען דרייט צוריק אין נצחון, נעם דיך אונטער קיינמאל נישט צוריק דרייען אן זיך דורכרעדן ווי דו האסט געטאן ביי קרעמער אדער רייז אדער זויג בעל חי און אפילו דו נעמסט דיך נישט אונטער דאס. אבער על כל פנים נישט צו פארשפארן דאס בשעת מעשה. און דו ביסט צוריק סיסאפ.--יודל 00:39, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך קען זיך נישט אונטערנעמען צו די גאנצע צייט זיך דורכרעדן מיט דיר, אויב האט מען א שאלה איבער ווי מען רופט עפעס אויף יידיש קען מען קוקן אין ווערטערבוך. אזא ארטיקל ווי קרעמער איז גענוג אויב איך שרייב א קורץ ווארט "נישט פאסיק צור וויקיפעדיע". אזעלכע טענות וואס מיר האבן שוין ענדלעך דורכגעשמוסט גיי איך נישט פארברענען מיינע צייט צו א גאנצן טאג זיך דורכשמועסן, מיר דארפן דא אויך שרייבן ארטיקלען און די אלע שמועסן איז נישט לענין. רוב מאל האב איך נישט געטוישט דיינע פאלשע ענדערונגען מיט אינפארמאציע ווייל איך האב געהאלטן אז אפילו עס וועט זיין דא א הייבש-ביסל טעותים איז בעסער זיך נישט פארעווען מיט זיי אצינד. ►רוני◄ 00:44, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
אויקיי דאס אז דו שרייבסט נישט פאסיג פארשטייט נישט קיינער דיין כוונה פארוואס נישט. וואלסט ווען געשריבן אז דו האסט עפעס א ווערטער-בוך און אויף יענס פארלאזט דו דיך וואלט איך קיינמאל נישט צוריקגעדרייט. איך נעם מיך טאקע פון היינט מאל אן פאר קיינמאל נישט צו טוישן א קעפל, בעפאר איך קוק דאס אין דיין ווערטערבוך זאג מיר נאר וועלכעס דו נוצט. מסכים? איך נעם זיך פאר מיינס און דו נעם זיך פאר נישט צו אביוזן דיין כוח און דו ביסט צוריק סיסאפ. איז דאס א גוטער שלום פלאן.?--יודל 00:51, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
אין אלגעמיין ניץ איך מיין קאפ-ווערטערבוך, אבער ווען עס שטעלט זיך א פראגע קוק איך אין דער ווערטערבוך וואס ליגט ביים מעניו "Harkavy's Dictionary" למשל ביים "זויג חיה" רופט ער דאס "זויג טהיער" אבער דאס ערט זיך זייער שלעכט און דערפאר האב איך געטוישט צו "זויג חיה". וועגן רייז האב איך נאכנישט איבערגעקוקט. ►רוני◄ 00:56, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
שוין איך נעם זיך אונטער נישט צו רורען קיין קעפלעך וואס זיינען לויט די ווערטערבוך פון היינט מאל אן ווייטער, אפילו לויט מיר איז דאס בעסער. און דו נעם דיך אונטער נישט באנוצען מיט דיין סיסאפ טול מער קיינמאל נישט צו בלאקירן באנוצער וואס האבן זיך מיט דיר ארומגעטענהט אויך קיינמאל נישט צו פארשפארן א בלאט וואס דו האסט א מיינונגס פארשידענהייט מיט איינעם. דאס איז מענטשליכקייט, געווין נישט קיין דעבאטעס מיט כלים וואס דער אנדערע האט נישט אין זיין באזיס. דאס איז א שרעקליכע עוולה. ביטע נעם דיך אונטער דאס נישט צו טאן מער ובמקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד. פשוט פון עקספיריענס אויס.--יודל 01:01, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

דו ווייסט גאנץ גוט אז איך האב דיר אמאל קיינמאל נישט בלאקירט אדער פארשפארט ארטיקלען, ווייל איך האב געהאלטן אז צייטווייליק מעג מען דא לאזן טעותים פון א באנוצער וואס באטייליגט זיך פיל אין די וויקיפעדיע. אבער ווען אלע אנדערע באניצערס האבן זיך שטארק צוקריגט מיט דיר (ווען א גרויסער טייל פון זיי האבן פארלאזט די וויקיפעדיע) האב איך געפילט צו נעמען אחריות צו בריינגען דא נאך אנדערע באניצערס איידער זאל איך בלייבן נאר מיט דיר אליין. אויף אזא פאל האב איך געהאלטן אז טאמער איך וועל נישט גיין א ביסל שטריינגער מיט דיר וועט מען מיר אראפנעמען די רעכטן. יעצט זעה איך אז איך האב א טעות געהאט, און איך האב נישט געהא דא קיין רעכטן און טראסט. ליידער קען איך נישט דא ממשיך זיין ביישטייערן כל זמן מען טראסט מיר נישט אדער אן אנדער אנגענומענער סיסאפ (אגב קיין אנדער סיסאפ וואלט זיך נישט געקענט באגיין מיט דיר) בין איך נישט מסכים צו ממשיך זיין ווען אנדערע באניצערס לאזן אונדז אפ איינער נאכן צווייטן צוליב דיר. מצידי זיי דא ממשיך אליין און אפשר וועסטו מצליח זיין בריינגען נאך באניצערס אדער וועסטו מצליח זיין אויפבויען אליין א פארמאכטע יידיש ענציקלאפעדיע. איך קען דא ממשיך זיין נאר נאך וואס דעני וועט טראסטן דא ביזן סוף א סיסאפ (אזוי ווי ביי אלע וויקיפעדיעס). לגבי דעם וואס דו זאגסט אז ער פארשטייט יידיש, קוק ביטע אין זיינע באשטייערונגען וועסטו זען אז ער פארשטייט דויטש און נישט קיין יידיש. עברית דארף ער לכאורה פארשטיין, ווייל ער האט געוווינט 20 יאר אין ישראל. ►רוני◄ 01:14, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך קען נישט רעדן אין זיין נאמען, אבער גאנגלערי האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט געלערנט אין א ישיבה, און איז געוועזן א פרומער איד וואס האט גערעדט אידיש, קען זיין אז ער איז פויל זיך צו געהעריג שרייבן אין יידיש אבער ער פארשטייט גאנץ גוט, איבערהויפט אז ער האט מיך געמאכט אויס סיסאפ צוליב דיין פארמאסערונג. אבער לענין פארשטיי איך נישט וויאזוי מען זאל דיך טראסטן ווען דו זאגסט אפען אז מען דארף נישט איינהאלטן דא וויקיפעדיע פאליסי. דו האסט א פאטאלען טעות דא אין וויקיפעדיע. דו מיינס אז כדי צו ציען באנוצער מעג מען יענעם טרונקן די בלוט. איך בין אויך א מענטש פונקט ווי יעדער איינער און דעריבער האב איך אייניג כוח צו יעדן דא. און קיינער קען דיר נישט זאגן צו ברעכן פאליסי און מיך פארשטילן כדי אנדערע זאלן דא קומען. ענדערשט זאל זיין דא טויט ווי איידער רשעות פון בלאקירן און אויסשפארן איינעם פארן צווייטען. ביטע בארעכן דיך אז דא איז נישט קיין פריוואטער וועב סייט. קיינער קען דא נישט קאנטראלירן. דא מעג יעדער שרייבן וואס ער וויל לויט די פארשריפטען.--יודל 01:20, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
וועסט זיך מוזן איינבויגן און פארשטיין אז מען דארף יא טראסטן די געמיינדע און דער וואס איז אויסגעקליבן דורך איר. אפשר איז דאס פאר דיר שווער, אבער אזוי גייט אין אלע וויקיפעדיעס. ►רוני◄ 01:26, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
דו האסט א טעות. די געמיינדע קען נישט ארויפצווינגען זאכן וואס איז קעגן מענטשליכקייט, ווייל סוף כל סוף איז דא דא א פרעזידענט און געהעריגע וואלן. די פאליסי וואס דו ברעכסט האט דער פרעזידענט זיך אונטערגענומען צו אינפארסירן און אויב ער וואלט דיך ווען נישט צייטווייליג אוועק גענומען די כוח וואלט ער זיך אריינגעדרייט אין פראבלעמן. און וויסן זאלסטו אז דעני איז דער גבאי פון דעם פרעזידענט זשימי וועילס זיין נאנטסטער מענטש, סא סלוינט זיך נישט צו סטראשען אז דו וועסט נישט שרייבן דא ווייל ער קען גוט ליינען אידיש.--יודל 01:31, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך האב יעצט גערדט מיט באנוצער:קאצקער ביים אימעיל ער האט מיר געשריבן אז ער האט אפגעלאזט די וויקיפעדיע צוליב דיר און מער קומט ער דא נישט צוריק. אויב ער וועט מיר געבן רשות וועל ציטירן גענוי וואס ער האט צו מיר געשריבן. איך קען נישט ממשיך זיין דא שרייבן כל זמן דו ביסט דא נישט שטריינג אונטער קאנטראלע. איך האפ אז דער דעני וועט נאך פארשטיין אז דו ביסט א צושטער צור וויקיפעדיע. ►רוני◄ 01:41, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

יא יא רעדט איצט צו שמאלץ און צו אלזוז אויכט, זיי זענען אלע איין באנוצער וואס דו ווייסט אז זייער אגענדע דא איז פונקט ווי דיינס. איך האב מיך טאקע מתנגד געווען דעמאלטס ווען דו האטס אים ערהויבן אלס סיסאפ ווייל ער האט קיינמאל נישט באהאלטן זיין אגענדע דא. קענסט סטראשען וויפל דו ווילסט איך זאג דיר נאר אז עס לוינט דיר יא צו פארנעמען האלטן וויקיפעדיע פאליסי און דו וועסט אי"ה ווערן דא צוריק סיסאפ. איך זאג דיר דאס צו. געדענק איך האב נישט געשפארט קיין שום טירחה דיך צו ערהייבן פאר ביראקראט. און איך וועל נישט רוען ביז ווילאנג ער מאכט דיך צוריק סיסאפ נעם דיר נאר בלויז פאר נישט צו ברעכן קיין פאליסי. דאס אלעס.--יודל 01:44, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)


שטימען=[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך ווייס נישט ווי מען דארף שטימען, שרייב איך דא, ווי דער קוועטש פונעם קנעפל האט מיך אהער גיברענגט. איך שטום! נישט צוריק נעמען יודל פאר סיסאפ!, ווייל ער איז א דיקטאטור, שפארט צו און טוט וואס ער וויל, מיט א תירוץ פון זיין צודרייטע דעמאקראטיע, אומרעכטיגט!!. און איך שטים צוריק געבן פאר רוני סיסאפ רעכטן! --יונה'לע 02:12, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

שטים דא װיקיפּעדיע:Administrators#requests for additional user rights ►רוני◄ 02:16, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

טוישן שטומען[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נישט אראפנעמן עמסגולה שטומען ביז מען איז מברר פאר זיכער אז דאס איז יודל. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:42, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

און אפילו מען איז נישט מברר פאר זיכער. אויף דעם איז דא א פראצעס וואס הייסט טשעק יוזער קענסט דאס פארלאנגן פון יעדן סטוארט דורכפירן. א יישכ.--יודל 15:47, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
OK איך וועל דאס פארלאנגען. ►רוני◄ 15:51, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

שלום[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יש לך התנגדות שאני אוסיף לוגו לקיינציקלאפעדיע? חשבתי על הגפילטע פיש עם "קיינציקלאפעדיע" במקום "איןציקלופדיה". קקון 20:52, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך וועל מיך פרייען אויב דו וועסט איבערנעמען פון מיר די אדמיניסטראציע דארט. ►רוני◄ 21:02, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
גיב א קיק: קקון 21:17, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

Keincyclopedia Logo 2.JPG

מוראדיג שיין. ►רוני◄ 21:41, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

ביטע קום אריין אין גוגל--◘אלזוז◘ 21:35, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)