זויגער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון זויג בעל חי)

די זויגערס (ענגליש: Mammals) זענען א גרופע פון די זעלבע "סארט" פון אלע בעלי חיים וואס איז כאראקטעריזירט מיט דעם וואס זיי האבן האר, דריי הערן-ביינער און זייערע נקבות געבן ארויס מילך פון זייער ברוסט-דריז. דער גרעסטער בעל חי אויף דער ערד, דער בלויער וואלפיש, איז א זויגער.

זיי זענען געוויינליך האריג, און ווארעם בלוטיג. אויך האבן זיי שווייס דריזן.

אלגעמיינע זויגערס האבן פיר פיס און לעבן אויף דער ערד, אבער טייל לעבן אין דעם ים, אין דער לופט, אין ביימער אדער אונטער דער ערד, און טייל האבן צוויי פיס.

די גרעסטע גרופע פון זויגערס זענען די פלאצענטאלן, וואס ביי זיי האבן די טראגעדיקע נקיבות א פלאצענטא דורך וועלכן זיי דערנערן דעם עמבריאן.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]