לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:רוני/דעצעמבער ארכיוו 2006

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

מיט וואס האב איך זוכה געווען צי באקומען די נאמען יודל?--שמערל 22:25, 21 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך בעט דיר איבער, איך האב געמאכט א טעות מיט א צווייטן. ►רוני◄ 22:31, 21 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

נישט פאראייניגען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיין מיינונג איז נישט צוזאמשטעלן מיט באקאנטע פערזענליכקייטען! פארוואס?

ווייל א פאפולערע פיגור איז נישט א קאטעגאריע, וואס נעמט אריין "היטלער" אדער "באריס סאנדלער" אדער אפילו "אברהם פריעדמאן" און אזוי ווייטער...

מ'קען לאזען באקאנטע פערזענליכקייטען וויאזוי ס'איז יעצט, און אפילו נישט, ס'אינטערעסירט מיר ממילא נישט שטארק.. אבער "פאפולערע מענטשען" איז אנדערש: דארט זענען צוזאמגעקליבען די סטארס {כוכבים} סיי פינעם גויאישען, אין סיי פון אידישען שטאנדפונקט.. נישט יעדער וואס שרייבט א צייטונג איז פאפולער!! קען זיין אז ער איז באקאנט און אפילו סוקסעספול אבער נישט פאפולער.. און אנדערע ווערטער: מ'איז אינטערעסירט און מ'אנאליזירט זיין פערזענליכקייט, און א פאזיטיווע בליק! מ'קוקט ארויף אויף איהם צוליב א סיבה ווי למשל זיין "שיינקייט" אדער געלט אדער אויפטועהן גרויסע זאכען, אדער טועהן דאס אומגלויבליכע,

דאס מיינט די מענטשען וועהם א מענטש וואלט פון זיין אינסטינקט געקליקט אויף אזא ארטיקעל צו וויסען מער איבער איהם.. איך האף אז ס'איז פארשטאנדיג--נחום ראזענבערג 17:54, 26 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך אלט מיט דיך. און לדעתי קען מען אויסמעקן די קאטעגאריע באקאנטע פערזענליכקייטען וואס קען דערגרייכן אלע מענטשן פון דער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 20:54, 26 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביזט גערעכט ס'קען טאקע אנקומען צו אלע מענטשען, אבער איך מיין אז ביזדערווייל אז ביזדערווייל מענטשען זאלען זיך גרינגער קענען באוועגען דא זאל עס בלייבען,

אפשר ווען ס'וואלט געווען דער איינער וואס זאל אויסשטעלן די וויקיפעדיע אויף א שיינעם וועג אז מ'זאל צוקומען פון איין ארטיקעל צו א צווייטען די צוזאמשטעל (סטראקטור) זאל זיין, און אויך מ'זאל עס אפדעיטן ווען מ'דארף דעמאלטס קען מען עס טאקע אויסמעקען - דאס איז מיין מיינונג--נחום ראזענבערג 17:37, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


איך האלט אז די ביזט גערעכט למשל ביי די ארטיקעל יעקב ישראל דעהאן ווי סאיז ברייט און שיין צוזאמגעשטעלט דארט דארף נישט זיין קיין דיקקייט ס'שטערט צום ליינען, אבער ביי ארטיקלען וואס האלט אינמיטען און מ'קען ווארטען חדשים אז איינער זאל עס פארבעסערן אדער אויסשטעלן מיין איך אז ס'ענדערש ס'זאל זיין כדי כאטשיג די אויסשטעל ציעט נישט זאל כאטשיג די ליינער באמערקען די הויכפונקטען,

איך ווארט צו הערן דיין מיינונג און צו מ'דארף עס אויסשמועסן {אויב ס'דא מיט וועהם} אין געמיינדע

קראך א לעבן--נחום ראזענבערג 18:09, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


איך וויל אביסעל אנדערש אויסשטעלן די ערשטע זייט ברוכים הבאים נאר די ווערטער,

למשל צו מסביר זיין "לעצטע ענדערונגען" דארף מען נישט א גאנצע פאראגראף, און אויסשטעלן אביסעל אנדערש--נחום ראזענבערג 18:09, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

כרגע איז נישטא דא ממש מיט וועמען צו רעדן. אלזא קענסטו בייטן וואס דו ווילסט. קראך (?) א לעבן :) ►רוני◄ 18:37, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


איך קען מיר נאך נישט אויס מיט די קאוד פון די וויקי'ס, ביטע קענסטו שטעלען די אויסדערוועהלטער ארטיקעל אויף די רעכטע זייט אונטער די נאוויגאציע, איך מיין אז איך בעהט דעם ריכטיגן, און אז נישט 'איי עם סארי' און 'פליז' ווייז מיר אהן וועהם צו בעטען זעץ א לעבען----נחום ראזענבערג 20:55, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב דאס שויןגעטון. (כאטשיג וואס איך בין נישט אזוי ווארים פארברייטערן די נייעס קעסטל. אבער זעט אויס אז רוב עולם זעט דא די נייעס אלס א הויפטזאך.) ►רוני◄ 21:32, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

wow הלוואי זאל מיין מקוה אזוי שנעל נעמען,

און בנוגע די נייעס האב איך נישט געהעריג פארשטאנען וואס שטערט דאס אז ס'איז ממש אויבן אדער אז מ'לייגט אריין כוחות אין דעם--נחום ראזענבערג 21:57, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


אה! איך מיין איך האב פארשטאנען: די נייעס וועט ווערן לענגער אראפ, נו! אויף דעהם איז שייך עפעס צו טועהן אזוי מיין איך למשל מ'שטעלט אויס אז די ערשטע זייט קען נישט זיין לענגער נאר ווי א געוויסע מאס--נחום ראזענבערג 22:05, 27 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ווי אזוי און וויקיקאמאנס קען איך זעהן די בילדער אין א גאלערי אזוי ווי דא [1] --נחום ראזענבערג 00:26, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

גיי אריין דארט אין special:Newimages ►רוני◄ 00:29, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


איך בין צואיילעדיג צו פרעגן ווייל איך האב עס גראד נאכדעהם געטראפן ביי Special pages [2] --נחום ראזענבערג 00:32, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב הנאה אז דו האסט דאס געטראפן גערן. ►רוני◄ 00:38, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]