באַניצער רעדן:רוני/מערץ ארכיוו 2009
מזרח
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען קען נישט זאגן אז מיזרח מיט א י איז "מער" אנגענומען. אסאך שרייבן מזרח אזוי ווי אין לשון־קודש, למשל דער אלגעמיינער זשורנאל. --פוילישער 15:34, 11 מערץ 2009 (UTC)
- דער אַלגעמײנער שרײַבט צומאָלן אױך מיזרח (זוך למשל "מיטעלן מיזרח" אין גוגל). איך האַלט אַז װען מען רעדט װעגן װעלטלעכע זאַכן (װי מיזרח־אײראָפּע), איז בעסער שרײַבן דעם אָנגענומענעם נוסח "מיזרח". איך װעל נישט גײן יעצט בײַטן אלע מזרחס צו מיזרח, אָבער דעם "געטאָ" אַרטיקל האָב איך זיך משתּדל צו שרײַבן מיט אַ קאָרעקטן ייִדיש װי װײַט ס'מעגלעך, װײַל פֿון די ערשטע אַרטיקלען װאָס די קריטיקער ייַדישיסטן זײַנען בודק, זײַנען די סאָרט אַרטיקלען װאָס האָבן אַ שייכות מיטן חורבן־אײראָפּע, טאָ װיל איך זאָל ער זײַן װי מער אױף דעם קאָרעקטן סטיל. ►רוני◄ 15:49, 11 מערץ 2009 (UTC)
- דעריבער מאַך איך אַ פּשרה צו שרײַבן מיזרח נאָר בנוגע װעלטלעכע טערמינען. ►רוני◄ 16:39, 11 מערץ 2009 (UTC)
ביטע געב מיר די לעצטער ווערסיע וואס דו האסט געמעקט שלא כדין ווי א וואנדאל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ביסט געגאנגן מעקן אן ארטיקל וואס איך האב מיך דא געפלאגט צו צאמשטעלן מקורות, דו ביסט דער איינציגער וואס האט דערווייל געבעטן מעקן די ניקס יוסל און פוילישער האבן סתם געזאגט אז די מקורות איז נאך נישט גוט, דאס איז געווען א פראצעס וואס איך האלט אז מקען זיך דורכרעדן. אבער דו ווי דיין מנהג איז פון נישט פרובירן שאפן קאנסענסוס האסט דאס געמעקט פאר א וואך קעגן פאליסי כאטשיג דו ביסט אויך מודה אז דאס איז נישט קיין לשון הרע אדער זאכן וואס איז אן עמערזשענסי. איך בעט נישט זאלסט אפלאזן דיין מנהג פון מעקן ווילדערהייט, ווייל איך גלייב נישט און דיך בעטן א זאך וואס דו וועסט נישט פאלגן. אבער אפשר דאך געסטו מיר צוריק די לעצטע ווערסיע דאס צו בארבייטן די מקורות ווייטער אז עס זאל זיין צופרידענשטעלנד פאר רוב באנוצער? נישט אז איך גיי נישט בארבייטן אויב געסטו מיר דאס נישט צוריק נאר צו ווייזן פאר די וועלט ווער דו ביסט דא און וואס דיין צייל דא מאך א גוטן זשעסט און געב מיר דאס אפשר?--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:27, 16 מערץ 2009 (UTC)
- איך װעל דיר שיקן דורכן בליצפּאָסט. ►רוני◄ 14:32, 16 מערץ 2009 (UTC)
- איך האב דאס באקומען--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:39, 16 מערץ 2009 (UTC)