באַניצער רעדן:פוילישער/יאנואר ארכיוו 2015
ברענדי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז קלאר אן אנדערע זאך פון קאניאק Alefbeis (רעדן) 00:57, 7 יאַנואַר 2015 (UTC)
- אדרבא, לערנט מיך אויס, וואס איז דער אונטערשייד? --פוילישער 14:26, 7 יאַנואַר 2015 (UTC)
- א חוצפה און א עזות פון א יוד, ער ווייסט נישט דעם אונטערשייד אבער קודם צעפיהרט ער זיך די הענט!
- אזעלכע אקטן מאכן מיר אויך וועלן אוועקגיין פון דא.
- איך וועל טוהן לפנים משורת הדין און ערקלערן פארן הויכעגעשצטן דיקטאטור א גאר פשוטע זאך וואס יעדער קען זייער גרינג נאכפארשן: ברענדי איז א שם הכולל פאר אסאך סארטן בראנפן וואס קאניאק איז בלויז איינע פון זיי, און זיי זענען גענצליך צוויי באזונדערע זאכן. (איך האב נישט געלייענט דעם ארגינעלן ברענדי ארטיקל, אבער איך שטעל זיך פאר אז דער שרייבער האט עס דערמאנט. און אפילו נישט, סתם אריבערפיהרן ווייל דו ווייסט נישט דער אונטערשייד? דאס איז פשוט דיקטאטורשאפט און פארטרייבט מענטשן!).
- איך וויל נישט באליידיגן הרב פוילישער, מיר ברויכן האבן א מנהל און מיר האבן נישט קיין סאך אקטיווע באנוצער; אבער דאס וואס ער טוהט איז אומאקצעפטירבאר. אביסל רעספעקט פאר א צווייטן'ס ארבעט און מיינונג ביטע. ציגרעטל (רעדן) 15:42, 7 יאַנואַר 2015 (UTC)
- ערשטנס, דער שטייגער אין וויקיפעדיע איז מען רעדט איינער צום צוויטן מיט א ביסל דרך ארץ, נישט שרייען עזות און אזעלכע רייד.
- צווייטנס, דאס ווארט וואס מען ניצט אויף יידיש פאר ברענדי (וואס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף יידיש) איז "קאניאק". און אזוי שטייט קלאר געשריבן אינעם ארטיקל קאניאק (בראנפן).
- דער אריגינעלער ארטיקל ברענדי האט נישט געהאט קיין סך אינהאלט, און יעדער איינער קען אים לייענען אין דער היסטאריע.
- איך בין שטענדיג גרייט צו הערן יענעמ'ס מיינונג; פארקערט, איך האב געבעטן Alefbeis צו שרייבן זיין מיינונג, און נישט סתם צו שרייבן, אן קיין הסבר, אז "דאס איז קלאר אן אנדערע זאך פון קאניאק". --פוילישער 22:47, 7 יאַנואַר 2015 (UTC)
- ברענדי הייסט, יעדע אלקאהאלישע געטראנק וואס קומט פון אלע פרוכט. שליוואוויטס איז א [פלוים] ברענדי ווי אויך איז דא טשערי ברענדי קוקט אין די ענגלישע בלאט. --Alefbeis (רעדן) 04:59, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- קוקט וועט איר זעהן עס שטייט ברענדי.--Alefbeis (רעדן) 05:09, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- כ'האב געקוקט און נישט געטראפן. וואו זעט מען "ברענדי"? --פוילישער 12:06, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- קוקט נאכאמאל, אויף די רעכטע באטל.--Alefbeis (רעדן) 22:23, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- ס'שטייט brandy אויף ענגליש. ס'שטייט נישט ברענדי. ברענדי איז נישט קיין ווארט. אויך באטל איז נישט קיין ווארט אויף יידיש; מ'זאגט "פלעשל". כל טוב. --פוילישער 22:57, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- קוקט נאכאמאל, אויף די רעכטע באטל.--Alefbeis (רעדן) 22:23, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
- כ'האב געקוקט און נישט געטראפן. וואו זעט מען "ברענדי"? --פוילישער 12:06, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
איהר זענט גערעכט אז מ'ברויך רעדן מיט מער דרך ארץ; נאר אז איינער טוט וואס ער וויל, און הערשט דערנאך ווען מ'האלט איהם פאָר דערויף שטעלט ער אהן א פנים פון א תם און בעהט מ'זאל "איהם" ערקלערן פארוואס ער האט נישט גוט געטוהן, כאילו ער איז דער גאנצער באלעבאס דא, נעמט עס ארויס פון די כלים.
מיר קענען גיין אהין און צוריק דעם גאנצן ליבן טאג און זיך טענה'ן איבער די נושא, אבער ס'איז א שאד מיין צייט; איך קען דאך שרייבן עטליכע נוצליכע ארטיקלען דערווייל. דערפאר האב איך באשלאסן אז איך וועל זיך מער נישט לאזן שאנטאזשירן פון אייך. איהר האט נישט קיין רעכט צו טוישן סיי וועלכע אויסלייג בלויז ווייל עס געפעהלט אייך נישט, ווי לאנג מ'פארשטייט וואס דארט שטייט. און איך וועל בל"נ שטיין אויף דער וואך אויב וועט איהר ענדערן אין מיינע ארטיקלען זאכן וואס איך האלט אז איהר זענט נישט גערעכט, וועל איך עס צוריקדרייען - פילייכט אזוי וועט איהר פארשטיין צו בעסער רעספעקטירן א צווייטנס מיינונג. (למשל איהר מעגט האלטן אז זוהן קומט נישט מיט א ה"א, אבער ס'דא אנדערע האלטן אז יא. הויפטזעכליך צוליבן אונטערשיידן פון זון\חמה און אויך ווייל אסאך זאגן עס אזוי ארויס, ממילא האט איהר נישט קיין רעכט צו טוישן וואס יענער האט געשריבן. גענוי ווי איהר האט געזאגט אז איך האב נישט קיין רעכט צו טוישן ווען איינער שרייבט אויפן ייווא אויסלייג - וואס רוב יודיש רעדנער נוצן ניטאמאל).
יעצט צום ענין פון די ברענדי, ס'איז אזוי פשוט אז קאניאק איז א סארט ברענדי און נישט פארקערט אז כ'שעהם זיך עס אפילו אויפצוברענגען. קאניאק איז נאר בראנפן פון א ספעציפישע שטאט אין פראנקרייך, און דאס אז געוויסע יודיש רעדנער רופן בטעות אהן יעדע בראנפן פון וויין מיטן נאמען קאניאק מאכט עס נאכנישט איינס מיט ברענדי.
און אויך פארשטיי איך נישט מיט וואס ברענדי איז ווייניגער יודיש ווי וויסקי און דזשין. נאר אויב ווילט איהר דוקא אריבערפיהרן דעם ברענדי ארטיקל, באלאנגט עס ליבערשט מיט בראנפן וואס קומט ווארשיינליך פונעם האלענדישן בראַנדוויין פון וואו דאס ווארט ברענדי קומט אויך. כאטש איך מיין אז בראנפן איז היינט א שם הכולל פאר אלס שארפע משקאות בשעת וואס ברענדי איז דייקא נאר די סארט וואס מען דיסטילירט דורך פארע, בעיקר פון וויין אבער אויך פון פלוימען און אנדערע פרוכט - ווי מ'האט דא אויבן דערמאנט. (אמאל פלעהגט מען אלע אלקאהלישע געטראנקען - אויסער וויין - מאכן דורכן פארברענען וויין, דערפאר ווערט אין די ספרי הפוסקים בראנפן אנגערופן יין שרף). און אויב וועט איהר עס נישט טוהן, וועל איך מוזן. ווייל קאניאק באלאנגט בשום אין אופן נישט צוזאמען מיט ברענדי. פינטל. נישטא מער וואס זיך צו טענה'ן דערוועגן.
איך האף אז מיר וועלן נאך אמאל קומען צו א פארשטענדעניש ווייל איך וויל זיך באמת נישט קריגן מיטן איינציגסטן אקטיווער מנהל דא. ציגרעטל (רעדן) 13:05, 12 יאַנואַר 2015 (UTC)
- איר זאגט שיינע סברות, אבער וויקיפעדיע פארלאזט זיך נישט אויף סברות. וויסקי איז טאקע א ווארט אויף יידיש, אבער נישט ברענדי. קאניאק ניצט מען אויף יידיש פאר אלע שנאפט דיסטילירט פון וויין, לאו דווקא פון קאניאק אין פראנקרייך, קוקט למשל דא.
- לגבי בראנפן בין איך מסכים מיט אייך אז דאס באדייט אלע דיסטילירטע משקה. און אזוי האב איך טאקע געשריבן אין בראנפן.--פוילישער 13:46, 12 יאַנואַר 2015 (UTC)
- איך בין מסכים אז אלע בראנפן געמאכט פון וויין רופט מען (בטעות) קאניאק, אבער וואס האט דאס מיט ברענדי צו טוהן?
- ווי מ'האט שוין עטליכע מאל געשריבן דא, און איהר קענט עס קלאר נאכקוקן אין די ענגלישע און העברעאישע וויקיפעדיע, איז ברענדי נישט דוקא בראנפן געמאכט פון וויין. נאר אלע בראנפן וואס מ'מאכט דורך פארע, אפילו פון פרוכט וכדומה, רופט מען ברענדי. ממילא האט עס גארנישט מיט קאניאק. פארשטאנען?
- און אפילו לאמיר זאגן אז ברענדי איז נישט יודיש (וואס ס'באמת כמעט נישטא אזא זאך, אבער כ'וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעם), מעג מען זיך דען נישט באנוצן מיט דעם ווארט צו ערקלערן דעם סארט בראנפן? ווארום דאס איז קלאר אז קאניאק פארטרעט דאס נישט. ציגרעטל (רעדן) 15:11, 12 יאַנואַר 2015 (UTC)
- איר ווילט אז מען זאל אויסמעקן דעם ארטיקל ברענדי? גוט, וועל איך אויסמעקן. --פוילישער 16:23, 12 יאַנואַר 2015 (UTC)
- דאס איז א סטראשע?--Alefbeis (רעדן) 01:00, 15 יאַנואַר 2015 (UTC)
ביטע קוקט ווער עס האט וואנדאלעזירט די בלאט מוכאמאד--Alefbeis (רעדן) 06:44, 8 יאַנואַר 2015 (UTC)
מוסטערן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אנטשילדיגט, געב א מעק אויס מיינע נייע מוסטערן איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז שוין דא, איך האב פשוט געוואלט א מוסטער פאר א קאמפאני. ס'איז שוין דא אבער. יישר כח--Alefbeis (רעדן) 03:14, 13 יאַנואַר 2015 (UTC)
הערך קיים ב-72 ויקיפדיות, ולכן החלטתי ליצור גרסה יידית. תרגמתי מהערך בוויקפדיה הוולשית. לאג רעיל (רעדן) 08:15, 23 יאַנואַר 2015 (UTC)
על מה הודת לי? לאג רעיל (רעדן) 06:43, 25 יאַנואַר 2015 (UTC)
- פארן שרייבן דעם ארטיקל טעלעטאביס. --פוילישער 18:41, 25 יאַנואַר 2015 (UTC)
Laa-Laa
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך טאָן ניט וויסן ווי צו טראַנסקרייב איר נאָמען. לא-לע, לא-לא, אדער לאלע? לאג רעיל (רעדן) 18:27, 26 יאַנואַר 2015 (UTC)