אריה לייביש רובין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אריה לייביש רובין זצ"ל (ה'תרמ"א - כ"ו אייר ה'תש"ב) פון ציעשינאוו און טאמאשאוו, באקאנט אלס רבי לייביש'ל טאמאשאווער.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש'ל איז געבוירן אין צאנז אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער פון הרב יצחק טוביה רובין, פון צאנז, א זון פון הרב מאיר רובין, פון גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת נחמה א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש'ל האט ארויס געהאלפן זיין שווער מיט דעם ציעשינאווער רבנות, נאך זיין שווער'ס פטירה אין יאר ה'תרע"ד איז רבי לייביש'ל געווארן רב אין ציעשינאוו.

אין יאר ה'תרפ"ג ווען זיין שוואגער רבי יחזקאל שרגא איז עלטער געווארן און איז שוין געווען פעהיג איבער צונעמן דאס רבנות, האט רבי לייביש'ל אים אנגעטרויטן דאס רבנות, און איז אריבער קיין טאמאשאוו וואו ער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש'ל איז נפטר געווארן כ"ו אייר ה'תש"ב אין סיביר.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש'ל האט געהייראט מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב שמחה ישכר בער האלבערשטאם, רב אין ציעשינאוו, א זון פון דעם שינאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת הענא הי"ד, די ווייב פון הרב יוסף ברוך בער רב אין פשעדבארז.
  • מרת מרים מלכה די ווייב פון הרב משה נתנאל זיכלינסקי פון לאדזש.
  • הרב שמחה ישכר בער רובין ה'תרפ"ג - עמו"ש), טאמאשאווער רבי אין ברוקלין. ער האט געהייראט אין יאר ה'תש"י מרת ריווע א טאכטער פון הרב יהושע אייכנשטיין, פון פראכניק. זייערע קינדער:
  • מרת דינה פרימט די ווייב פון הרב נפתלי ווייס, א זון פון הרב יעקב יוסף ווייס רבי פון ספינקא.
  • הרב אריה לייביש רובין, ער האט געהייראט מרת נחמה מלכה א טאכטער פון הרב שבתי מייזליש.
  • הרב יהושע יחיאל רובין.
  • הרב יחזקאל מאיר רובין.
  • מרת מירל.
  • הרב אשר ישעיה רובין.
  • מרת רעכיל דבורה די ווייב פון הרב צבי הורוויץ פון סטריזשעוו.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • קונטרס אבן טובה

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר