ארחות ימים
ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים און מבאר צו זיין ווי אזוי אונזערע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, פארפאסט און ארויסגעגעבן דורך הרב אברהם זאב שנעעבאלג איינע פון די דיינים אין סאטמאר (אהרונים) וויליאמסבורג.
ערשטע חלק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ערשטער חלק באציהט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.
צווייטע חלק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאהר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה אנטהאלט אכט-און-צוואנציג נתיבים אין צוויי הונדערט זיבן-און-זעכציג זייטן אריינגערעכנט דעם מפתח;
די צווייטע העלפט הייסט מנורת הזהב וועלכע באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: דעם ב"י'ס קשיא, סוגיא דכבתה, סמיכות דר' תנחום, אא"וו. ער אנטהאלט בסך הכל צוויי הונדערט פינעף-און-זיבעציג זייטן.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף ביידע חלקים.
- רבי יעקב בלויא
- רבי געציל בערקאוויטש
- רבי מענדל שנעעבאלג גאב"ד "מחזיקי הדת" מאנטשעסטער.
- רבי פייוויש שנעעבאלג פון לאנדאן מח"ס שו"ת שרגא המאיר
- רבי משה האלבערשטאם געוועזנער חבר בית דין פון עדה החרדית
- רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד סאטמאר פון חסידי רבי זלמן לייב טייטלבוים.
- רבי משה מנחם טירנויער, סאטמארער דיין אין מאנטרעאל.