לדלג לתוכן

אליעזר גאלדמאן

פֿון װיקיפּעדיע
אליעזר גאלדמאן
געבורט 1966 (אלט 58 בערך)
ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אליעזר גאלדמאן (געבוירן כ"ד תשרי תשכ"ז) איז דער זוועהילער רבי פון אמעריקע.

רבי אליעזר איז געבוירן תשכ"ז אין בני ברק צו זיין פאטער רבי יעקב לייב גאלדמאן, זוועהילער רבי פון בני ברק, א זון פון רבי מרדכי זוועהילער בעל היקרא דמלכא, און צו זיין מוטער מרת צביה זלאטא, די טאכטער פון רבי משה בערגמאן, ראש ישיבת הרשב"י, און א שוועסטער פון רבי מאיר צבי בערגמאן, א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און איידעם פון רבי אליעזר מנחם מן שך פון די גרעסטע ליטווישע פוסקים.

זיין מוטער מרת צביה זלאטא איז אוועק אין גאר אן אינגן עלטער ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד, און ווען ער איז אלט געווען אלט צוועלף יאר איז זיין פאטער רבי יעקב לייב אויך געווארן זייער קראנק פון וואס ער איז אוועק מיט עטליכע יאר שפעטער נאכן זיך מוטשן פאר א עטליכע יאר. אין דער דאזיגער תקופה איז ער אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין פעטער רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, שפעטער דער אלכסנדר רבי, וועלכע האט אים חתונה געמאכט זייענדיג זיין אונטערפֿירער גייענדיג אונטער דער חופה.

ווען עס איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת ציפורה (ה' שבט ה'תשכ"ז - ח' אלול ה'תשפ"ב), טאכטער פון רבי דוד טווערסקי דער סקווערער רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק. גלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן אין שיכון סקווירא צו וואוינען נאנט צו זיין שווער. דורך די פארלאפענע יארן האט אים זיין שווער דער סקווערער רבי ממנה געווען צו זיין דער "בעל תוקע" אין סקווערער בית מדרש יעדן ראש השנה, א אויפגאבע וועלכער אין סקווירא ווערט גערעכנט אלס גאר חשוב. יעדן טאג לערנט ער בחברותא צוזאמען אינאיינעם מיט רבי משה גרין, דער ראש ישיבה פון מאנסי, וועלכער אפענטליך גרייט צו מיט דער הילף פון רבי אליעזר זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר אין זיין ישיבה. אין תשע"ז נאך דער פטירה פון זיין פעטער רבי שלמה וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער האט מען באקרוינט רבי אליעזר אלס זוועהילער רבי.

כ"ד סיון, ה'תשע"ט האט רבי אליעזר געעפנט א נייע זוועהילער שול, אין שטאט מאנסי.

אין אלול תשפ"ב איז זיין ווייב מרת ציפורה נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און פופציג יאר, נאכ'ן ליידן א מאסיווע הארץ אטאקע.

  • הרב גדליה יעקב לייב, האט געהייראט מרת חנה, טאכטער פון רבי יעקב ישעיה זאב גראס, האלמינער רב פון ביתר עילית.
  • הרב פנחס אהרן, האט געהייראט מרת עכסא בלומא, טאכטער פון רבי זאב וואלף מייזליש, אוהעלער רב אין מאנסי.
  • הרב מרדכי, האט געהייראט מרת ברכה פערל, טאכטער פון רבי אברהם יעקב פלינטנשטיין, זון פון קאפישניטצער רבי און איידעם פון זיין פעטער דער אלכסנדר רבי.
  • הרב שלום, האט געהייראט מרת בת שבע שרה, טאכטער פון קאזמירער רבי.
  • הרב שלמה, האט געהייראט מרת שבע רבקה, טאכטער פון רבי יוסף פאנעט, זון פון דעעשער רבי פון בני ברק און איידעם פון רבי אברהם חיים ראטה דער פריערדיגער רבי פון שומרי אמונים.
  • הרב יחזקאל שרגא, האט געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת לאה אסתר, טאכטער פון רבי יצחק טווערסקי, זון פון סקווערער רבי און איידעם פון רבי ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
  • מרת צביה זלאטא ברכה, די ווייב פון הרב אליעזר זאב ירחמיאל, זון פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, ביאלער רבי.
  • הרב יצחק יוסף, האט געהייראט מרת שפרה מלכה, טאכטער פון רבי אלטער ישראל אברהם קרויז, קערעסטירער רבי פון מאנסי, און איידעם פון רבי שמואל יעקב קאהן, תולדות אברהם יצחק רבי.
  • מרת לאה אסתר, געווארן א כלה חשון ה'תשפ"ג מיט הרב יוסף מאיר זון פון רבי יקותיאל יהודה ראזנבוים, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב דער קרעטשנעווער רבי אין רחובות, און איידעם ביי רבי אליעזר ליפא כהנא, רב פון ספינקא חסידים אין ירושלים.

[1] דער נייער זוועהילער ממשיך. (אויף העברעיש) אין בחדרי חרדים.

פֿריערדיגער:
רבי שלמה גאלדמאן
זוועהילער רבי אין אמעריקע
תשע״ז -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער