אהרן דאום
געבורט |
6 יאנואר 1951 בני ברק, ישראל |
---|---|
טויט |
27 יוני 2018 (אלט 67) אנטווערפן, בעלגיע |
מדינה | ישראל, בעלגיע |
www | |
הרב אהרן דאַום [אין עלטערע משפּחה כתבים אויך: דוים] איז אַ ישראל געבאָרענער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער רב, דערציער, מחבר און געוועזענער הויפט-רב פון פראַנקפורט ד′מיין, דייטלשאַנד. לעבט איצט אין אַנטווערפּן, בעלגיע.
פּערזענלעך לעבן און לימודים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אהרן דאַום איז געבאָרן געוואָרן דעם 6טן יאַנואַר 1951 אין בני ברק, ישראל, אין אַ רעליגיעזער אשכנזישער משפּחה. זיין פאָטער שמואל דאַום איז געווען אַן אָנגעזעענער דערציער, מחבר און קהלשער פיגור, שטאַמענדיק פון אַ באַוואוסטער רבנישער משפּחה פון פּוילן און בעהמען. זיין מוטער רבקה גינא דאַום האָט געשטאַמט פון אַ נגידישער סוחרישער משפּחה אין שאפראן, אונגאַרן. ער האָט דריי יינגערע ברידער. זיין אינטענסיווער רעליגיעזער חינוך האָט זיך גענומען אין וועג אַריין אין עלטער פון דרייצן יאָר אין דער ליטוויש-חסידישער רוזשינער ישיבה אין בני ברק. אין עלטער פון פערצן יאָר איז ער אַוועק אין בריטאַניע וואו ער האָט ווייטערגעפירט זיינע לימודים אין ישיבה הרמה, לאנדאן, און נאָכדעם אין דער באוואוסטער ציוניסטישער ישיבת עץ חיים אין מאנטרע, שווייץ. אין 1975, נאָכן באַקומען דעם באַקאַלאָראַט אין דער שווייץ, איז ער אַוועק שטודירן אין „דזשיוס′ קאָלעדזש“ אין לאָנדאָן (טייל פון לאָנדאָנער אוניווערסיטעט) וואו ער האָט באַקומען זיין ב.א. דיפּלאָם אין יידישע שטודיעס (מיט אויסצייכענונג)[1]. פון 1978 האָט ער געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן אין ישיבה אוניווערסיטעט, ניו-יאָרק, וואו ער האָט אויסגעענדיקט דעם מאַגיסטער דיפּלאָם (מיט אויסצייכענונג)[2]. זיין רבנישע סמיכות האָט פּערזענלעך אונטערגעחתמעט פּראָפעסאָר הרב יוסף סאָלאָווייטשיק. זיך אָפּזאָגנדיק פון אַ פאַרבעטונג צו לערנען ווייטער בכדי אָננעמען אַ דיינות, האָט ער זיך אומגעקערט אין אייראָפּע וואו ער האָט חתונה געהאַט מיט פראַנצין פרענקעל מיט וועמען ער האָט דריי טעכטער. ער רעדט און שרייבט העברעאיש, ענגליש, דייטש, פראַנצייזיש, האָלענדיש און יידיש, און לייענט און פארשטייט אַראַמיש און לאַטיין.
רבנישע פּאָזיציעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1982 האָט ער אָנגעהויבן זיין רבנישע קאַריערע אין דער שווייץ אַלס שטאָטס-רב אין ביעל (Biel), אַ צוויישפּראַכיקע פראַנצויזיש-דייטשישע שטאָט.[3] ער איז אַוועק פון דעם פּאָסטן אין 1986 בכדי ווערן אַ דאָקטאָר⸗קאָלעגע אינעם קריסטלעך יודאַאיסטישן אינסטיטוט אין לוצערן, וואָס איז אַסאָציאירט מיטן טעאָלאָגישן פאַקולטעט פון לוצערן, שווייץ. אין 1987 האָט ער אָנגענומען דעם פּאָסטן פון הויפּט רב (רב הראשי) פון דער יידישער קהילה פון פראַנקפורט ד′מיין[4][5], דייטשלאַנד, וואָס איז דעמאָלט געווען די גרעסטע און בכבודיקסטע יידישע קהילה אין מערב דייטשלאַנד. אין 1993 האָט ער צוליב משפּחה סיבות זיך צוריגעצויגן פונעם פּאָסטן פון הויפּט רב און איז אַוועק אין אַנטווערפּן, בעלגיע, וואו ס′האָט שוין געלעבט דער גרעסטער טייל פון זיין משפּחה. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ לערער פון יודאַאיזם אין דער מלוכהשער שולסיסטעם און אין יידישע טאָגשולן. אין 1995 האָט ער אָנגענומען אַ שטעלע אַלס לעקטאָר איבער יידישער יוריספּרודענץ אויפן פאַקולטעט פון קאָמפּאַראַטיווער רעליגיע אין ווילרייק (Wilrijk) וואָס איז א פארשטאט פון אַנטווערפּן[6]. אין אָנערקענונג פון זיין פעהיגקייט אלס לערער דאָרטן און זיינע ווערק איבער הלכה טעמאס האָט אים דער פאַקולטעט אויסגעוויילט אלץ אַ פּראָפעסור האָנאָריס קאַוזאַ אין יידישער גערעכטיגקייט און געזעצליכקייט. פון זינט 2001 האָט ער אויך אָנגעפירט אינאיינעם מיט זיין פרוי מיט אַ סעריע קירוב פּראָיעקטן פאַר בעלי תשובה, ניט-יידן פאַראינטערעסירטע אין יידישע שטודיעס און פאַראינטערעסירטע אין גיור. ביי היינטיגן טאָג נעמט דאָס ס′רוב פון זיין צייט און מי און ווי אַ טייל פון אָט די קירוב פּראָיעקטן אָרגאַניזירט ער רעגלמעסיק, בשותפות מיטן נידערלענדיש-באַזירטן „פריעדענס צענטער“ לערן-טעג אויף פאַרשידענע טעמאס אויפן געביט פון יידישע לימודים.
ווערק און פארעפענטליכונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּראָפ. אהרן דאַום איז אַ פילזייטיגער מחבר וועלכער האָט געשריבן איבער אַ פאַרשידנאַרטיגן היקף פון טעמאס אויפן געביט פון יידישע שטודיעס. אין דער צייט פון זיין לעבן אין דער שווייץ איז ער געווען אַ רעגלמעסיקער שרייבער פון הלכהישע אַרטיקלען אינעם יידיש שווייצאַריש-דייטשישן וואָכנבלאַט Jüdische Rundschau.[7] בעת זיין הויפּט רבנות אין פראַנקפורט ד′מיין האָט ער רעגלמעסיק געשריבן אַרטיקלען פאַר Die Jüdische Allgemeine און פאַר דער צוויימאנאטליכע שריפט Die Gemeinde. פון זינט 2010 שרייבט ער אַ מאנאטליכן קאָלום פאַרן זשורנאַל Joods Actueel וואָס איז די פאַרשפּרייטסטע יידישע פּובליקאַציע אין בעלגיע. אין אָט די קאָלומס באַהאַנדלט ער דעם גאַנצן תחום פון יידישע שטודיעס, למשל זיין פּאָפּולערע סעריע וועגן דער יידישער געשיכטע פון זינט דער השכלה. זיין ערשטער בוך, Halacha Aktuell [8][9][10][11] איז אַ צווייבענדיקער ווערק געשריבן אויף דייטש, וואָס נעמט אַרום הלכישה ענינים און פראַגן וואָס זיינען איצט צוגענגליך פאַרן עולם, ווי זיי ווערן באַהאַנדלט אין דער הלכהישער ליטעראַטור אין אלגעמיין און אין די שאלות ותשובות בפרט. ס′איז געווען דער ערשטער בוך געשריבן אויף דייטש אין דער נאָך⸗מלחמהדיקער צייט וואָס באַהאַנדלט הלכהישע פראַגן פון דער שאלות ותשובות ליטעראַטור. עס איז דערפאַר אויפגענומען געוואָרן מיט גרויס ענטוזיאַזם אין דער וועלט פון הלכה און האָט באַקומען הסכמות פון אָנגעזעענע הלכה אויטאָריטעטן. געוויסע אַרטיקלען אינעם בוך זיינען געשריבן געוואָרן אין רבנישן העברעאיש און זיינען באַזונדער פאַרעפנטלעכט אונטערן טיטל „עיונים בהלכה“. זיין צווייטער בוך איז געווען Die Jüdische Feiertage in Sicht der Tradition (די יידישע יום⸗טובים אינ'ם בילד פון דער טראַדיציע). ס′איז אַ צווייבענדיגע זאַמלונג וואָס ברענגט צונויף הלכהישע אַרטיקלען, דרשות, ליטורגישע באַמערקונגען, מדרשדיגע מחשבות ווי אויך פאָלקלאָריסטישע און הומאָריסטישע מעשיות וואָס האָבן אַ שייכות צו די יום-טובים און צו שבת. מאמענטעל אַרבעט ער איבער אַ צאָל ביכער אויף האָלענדיש וואָס פאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע פאַרשיעדנאַרטיגע געביטן ווי קבלה, יידישע געשיכטע, די היינטצייטיגע יידישע וועלט און אירע פאַרשיעדענע גלגולים שטראָמען און פראַגמענטאַציעס, ווי אויך אַנדערע ענינים.
צווישן זיינע ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Halacha aktuell, Jüdische Religionsgesetze und Bräuche im modernen Alltag - Haag und Herchen Verlag, Frankfurt am Main, 1992, 2 Vol., p. 387 – p. 773
- Iyunim b’Halacha - Haag und Herchen Verlag, Frankfurt am Main, 1992, p. 93
- Die Feiertage Israels, Die jüdischen Feiertage in der Sicht der Tradition - Herchen Verlag, Frankfurt am Main, vol. I, 1993, p. 556, vol. II, 1994, p. 557
- Das aschkenasische Rabbinat : Studien über Glaube und Schicksal“ (Julius Carlebach) / Die Rolle des Rabbiners in Deutschland heute - Ahron Daum
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Levine, Frank (1977). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Charlop, Rabbi Zevulun (1982). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Gefter, J. (1985). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Sjazak, S. (1993). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Schmidt, Martin (1992). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Vonck Ph.D., Prof. J.G. (1996). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Bollag, Peter (1991). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Jakobovits, Chief Rabbi (1991). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Diamant, Adolf (1992). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Ahren, Yizhak (1993). רב דאום וועבזייַט.
- ↑ Avraham Cahana Shapiro, Chief Rabbi of Israel (1991). רב דאום וועבזייַט.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רב דאום וועבזייַטל
- דיפּלאָם און צערטיפיקטן (ארכיווירט 11.05.2019 ביי דער Wayback Machine)
- ביכער פיו הרב דאום אויף Amazon