לדלג לתוכן

אדר

פֿון װיקיפּעדיע


דער ארטיקל איז איבער דעם אלגעמיינעם חודש אדר, קוועטש אדר א' און אדר ב' צו זען באזונדערע אינפארמאציע איבער זיי.

אין א געווענלעך יאר איז אדר דער צוועלפטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים,[1] וועלכע ווערט געציילט פון ניסן (און דער זעקסטער חודש צום ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).

אין אן עיבור יאר לייגט מען צו א דרייצנטן חודש צום יאר און מען מאכט צוויי אדר'ס—אדר ראשון און אדר שני.

שנה פשוטה - א געוויינליך יאר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז אדר שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראש חודש אדר איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון שבט, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון אדר, וויבאלד שבט איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש אדר קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ד ו ז) מאנטיק, מיטוואך, פרייטיק, שבת.[4]

אין די צייטן ווען בית דין האט מקדש געווען דעם חודש איז פארהאן א מחלוקת פון תנאים צו זיי האבן געקענט - אויב בית דין האט עס געפינען נויטיג - אויסברייטערן דעם חודש (מעובר) אויף דרייסיג טעג.[5]

אין דער משנה לערנט מען,[6] אז אדר איז איינס פון די זעקס חדשים וואס בית דין האט געשיקט שלוחים צו די ווייטע ערטער פון ירושלים, באקאנט מאכן וועלכן טאג זיי האבן מקדש געווען ראש חודש אדר, וועגן דעם קומענדיגן פורים.

שנה מעוברת - אן עיבור יאר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז דער ערשטער אדר שטענדיג א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג, און דער צוויטער אדר איז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראשי חודש פון ביידע אדר זענען שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון שבט, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון ערשטען אדר, וויבאלד שבט איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג. אזוי אויך, דער דרייסיגסטער טאג פון ערשטען אדר, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון צווייטן אדר, וויבאלד דער ערשטער אדר איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון ערשטן אדר קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ד ה ז) מאנטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, שבת, פון צווייטן אדר קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ד ו ז) מאנטיק, מיטוואך, פרייטיק, שבת.[4] אין די צייטן ווען בית דין האט מקדש געווען דעם חודש איז פארהאן דריי מייינונגן אין גמרא וויפיל טעג די צוויי אדר'ס האבן געהאט, און צו בית דין האט געשיקט שלוחים צו די ווייטע ערטער פון ירושלים, באקאנט מאכן וועלכן טאג זיי האבן מקדש געווען ראש חודש פון צווייטן אדר, איז אפהענגיק אין די מיינונגען.[7]

ס'איז פארהאן א מחלוקת תנאים וועלכער פון די צוויי אדר'ס ווערט אנגערופן סתם אדר.[8] אין הלכה נעמען אָן די מערסטע פוסקים[9] אז דער ערשטער אדר ווערט גערופן סתם אדר, דאך ביי א גט זאל מען ענדערשט (לכתחלה) ארויסשרייבן אדר ראשון, אדר שני.[10]

ספעציעלע טעג פון חודש אין חז"ל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארשידענע טעג פון חודש אדר האבן די חז"ל אויסגעריפן אלס יו"ט און פארבאטן צו פאסטן אין די טעג, יב, יג, יד, טו, טז, יז, כ, כח, ווי ס'ווערט געשריבן אין מגילת תענית. די הלכה איז "בטלה מגילת תענית",[6] און די ימים טובים גייען היינט נישט מער אָן, אויסער חנוכה און פורים.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שקלים

א' אדר האט בית דין ארויסגעשיקט שלוחים אין אלע יידישע שטעט ארויסריפן יעדער זאל ברענגען זיינע שקלים,[11] וויבאלד פון ראש חודש ניסן דארף מען שוין ברענגען די קרבנות פון די נייע שקלים.[12] (דאס איז אויך דער טעם פארוואס מען לייענט פרשת שקלים דעם שבת וואס איז - אדער פאר - ראש חודש אדר).[13]

ט"ו אדר האט מען אויס געזעצט געלט-טוישערס אין שטאט אויסצוטוישן געלט פאר מחצית השקל.

כ"ה אדר האט מען אויס געזעצט געלט-טוישערס ביים בית המקדש, מענטשען זאלן זיך איילן צו ברענגען זייערע שקלים, פון דעם טאג האט מען שוין אויפגעפאדערט פון די מענטשן וואס האבן נאך נישט געברענגט.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כלאים

א' אדר האט בית דין אויך ארויסגעשיקט שלוחים אין אלע יידישע שטעט ארויסריפן מען זאל אויסרייסן פון די פעלדער כלאים, וויבאלד דעמאלס איז שוין גענוג אויף געוואקסן מען זאל דערקענען דעם כלאים.

"משנכנס אדר מרבין בשמחה",[14] חודש אדר דארף מען זיין מער פרייליך, וויבאלד אין דעם חודש איז פארגעקומען ניסים פאר די יידן,[15] דערפאר זאגט די גמרא ווען א ייד האט א געריכט מיט א גוי זאל ער עס באשטימען אויף חודש אדר, ווייל אין דעם חודש איז דער מזל גוט פאר יידן.[16]

ז' אדר שטייט אין שלחן ערוך מען זאל פאסטן וויבאלד אין דעם טאג איז משה רבינו נפטר געווארן.[17]

ט' אדר שטייט אויך אין שלחן ערוך מען זאל פאסטן וויבאלד אין דעם טאג האבן זיך ארומגעקריגט די בית שמאי און בית הלל.[17]

י"ג אדר איז תענית אסתר

י"ד אדר איז פורים

ט"ו אדר איז שושן פורים


די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')


  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. a b רמב"ם קידוש החודש פ"ה ה"ד
  4. a b או"ח תכ"ח ב'
  5. בכורות נ"ח ע"א
  6. a b ר"ה י"ח ע"א
  7. ר"ה י"ט ע"א
  8. נדרים ס"ג ע"א
  9. טור או"ח תכ"ה און רמ"א תכ"ז
  10. אה"ע קכ"ו ז'
  11. רע"ב שקלים פ"א מ"א
  12. מגילה כ"ט ב'
  13. חינוך מצוה ק"ה
  14. תענית כ"ט א'
  15. רש"י שם
  16. תענית כ"ט ב'
  17. a b או"ח תק"ף