אדר א'

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אדר א)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אדר א' נאר אין אן עיבור יאר

ה'תשע"ח איז א פשוט יאר

אדר א' (ארויסגערעדט אדר ראשון) איז דער צוועלפטער חודש אין דעם יידישן קאלענדאר, און איז נאר דא אין א עיבור יאר. דאס איז דער חודש וואס מען לייגט צו אן עיבור יאר. ער האט 30 טעג. דעם 14טן און 15טן טאג פונעם חודש ווערן אנגערופן פורים קטן.

אין דעם חודש איז מען זייער פריילעך, אזוי ווי עס שטייט "משנכנס אדר מרבין בשמחה". (מסכת מגילה)

די פייערונגען פון חודש אדר פייערט מען נישט אין דעם חודש, נאר אין אדר שני.

ביי אשכנזים איז דער מנהג אז איינער וואס איז נפטר אין אדר פון א פשוטן יאר, האלט מען די יארצייט אדר ראשון אין אן עיבור יאר. א יינגל קען נישט ווערן בר מצוה אין דעם חודש סיידן ווען ער איז געבוירן אין אדר ראשון. במילא מאכט זיך יארן ווען אין גאנץ חודש אדר ראשון זענען נישט דא קיין בר־מצווה'ס, למשל אין תשע"א (ווייל דרייצן יאר פריער תשנ"ח איז נישט געווען קיין עיבור יאר).

עיבור יארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער יידישער קאלענדאר איז געבויט אויף א לבנה יאר פון דורכשניטלעך 354 טעג. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "שמור את חודש האביב ועשית פסח לד' אלוקיך", האבן חז"ל ארויסגעלערנט אז מען דארף צופאסן דעם לוח אויך צום זון יאר פון 365 טעג, כדי פסח זאל שטענדיג געפאלן אין פרילינג. די 11 טעג וואס מען פארלירט יעדע יאר שאפן א לאך פון א גאנצן חודש יעדע צווייטע אדער דריטע יאר. צוליב דעם שטעלט מען צו נאך א חודש (אדר א') אין די יארן, וואס מען רופט עיבור יארן.


די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')