לדלג לתוכן

אגרת לנבוכים

פֿון װיקיפּעדיע

אגרת לנבוכים איז א ספר וואס זיין צוועק איז מעורר צו זיין די א"י אידן צו האלטן מצות שמיטה. דאס ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך יצחק יחיאל הכהן גראס פון די פאראייניגטע שטאטן אין יאר תשי"ח ערב שנת השמיטה.

ער האט עס געדרוקט אין ירושלים בדפוס ורדי.

דאס ספר אנטהאלט צוויי און זיבעציג זייטן.

אנדערע ספרים פון יחיאל יצחק הכהן גראסס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • מלחמת מצווה

געדרוקט בדפוס חורב אין ירושלים אין יאר תשי"ט.

ער האט ארויסגעגעבן דעם ספר אלס אפענטפער קעגן די מערערים אויף אים און אויף די שלש תשובות פון רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר. אין דער הקדמה שרייבט ער אז די פאלגנדע גדולים האבן ערהאלטן זיין ספר אגרת לנבוכים און זיי האבן עס אויסגעלויבט:

ער שרייבט אז דער טשעבינער רב האט געהייסן מפרסם זיין אין זיין נאמען אז ער האלט ווי זיין ברודער רבי נחום מדאמבראוו, וואס זיין שיטה ווערט מבואר אין ספר הרידב"ז אויף שביעית.

אויך ברענגט ער דארט א בריוו פון רבי יעקב ישראל קאניעווסקי (דער "סטייפלער"), א שוואגער מיטן חזון איש וואס שרייבט אז דער חזו"א איז געווען קעגן דעם היתר מכירה.

אויך האט ער דארט א בריוו פון קוממיות'ער רב וואס איז אים שטארק מחזק.

ביי ענדע ברענגט ער צוויי בריוו וואס ער האט געשיקט צו הרב ישראל זאב מינצבערג אים אפצוענטפערן אויף זיינע תשובות.

און ער ענדיגט מט א אחרית דבר אז מען באשמוצט אים אין אלע צייטונגען.

דאס ספר אנהאלט איין און פופציג זייטן.