לדלג לתוכן

קרית ביאליק

פֿון װיקיפּעדיע
קרית ביאליק
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°49′0″N 34°59′0″E / 32.81667°N 34.98333°E / 32.81667; 34.98333קאארדינאטן: 32°49′0″N 34°59′0″E / 32.81667°N 34.98333°E / 32.81667; 34.98333
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער אלי דוקורסקי

 ‑ אין שטאָט

39,900‏
צײַט זאָנע UTC+2
די ריכטער בנין אין קרית ביאליק 2018
קרית ביאליק זעט פֿון דער לופט פון דרום. אין דעם צענטער פון דעם בילד הקריון; נאוועמבער 2014
קרית ביאליק אין 1944; פאטאגראפירט דורל זאלטאן קלוגער

קריַת ביאליק איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איינע פון די שטעט אין די קריות, פון חיפה מעטראפאליטען שטח. אין יאר 1950 געווארן א לאקאלע ראט, און אין 1976 געווארן א שטאט.

די שטאט איז גערופן אויפן נאמען און אנדענק פון חיים נחמן ביאליק. אין קריית ביאליק וווינען 36,300 איינוווינער, געשאצט לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר יאר 2009.

די שטאט גרענעצט חיפה פון דרום, קריית מוצקין פון מערב, געגנטלעכע ראט זבולון, פון מזרח, און געגנטלעכע ראט מטה אשר פון צפון. די שטאט איז אכט און א האלב קילאמעטער לאנג, און צווישן דריי קילאמעטער, און 400 מעטער ברייט. די מוניציפאליטעט פון שטאט איז אויף א שטח פון 8,000 דונאם.

די ערשטע געגנט איז געגרינדעט געווארן דורך עולים פון דייטשלאנד, און אנהייב איז דאס געווען די נאמען "געגנט פון דייטשע עולים".

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז די שטאט באמבאדירט געווארן, וויבאלד די שטאט געפונט זיך נאנט צו די חיפה נאפט ראפינעריעס. ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן אראבער אסאך געשטערט די איינוווינער.

אין די 1950ער יארן, איז געגרינדעט געווארן אן איבערגאנגס לאגער (מעברה), וואס אין 1960, איז געווארן א טייל פון דער שטאט.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, האבן עטליכע ראקעטעס געטראפן די שטאט, און פאראורזאכט שאדענס אין פארמעגן.