לדלג לתוכן

פרשת חקת

פֿון װיקיפּעדיע

חוקת איז די זעקסטע סדרה אין ספר במדבר.

אין חוץ לארץ, אין א יאר ווען שבועות געפאלט פרייטיק-שבת, לייענט מען די סדרות חוקת און בלק צוזאמען.


די סדרה הייבט אן מיט דער פרה אדומה און די הלכות פון טומאת מת.

נאכהער ווערט דערמאנט אז מרים איז נפטר געווארן אין פערציקסטן יאר נאך יציאת מצרים און דאס וואסער פונעם ברונעם האט אויפגעהערט.


שפעטער איז אהרן הכהן נפטר געווארן ראש חודש אב, און אלעזר איז געווארן כהן גדול נאך אים.

די יידן האבן געקעמפט קעגן סיחון מלך פון די אמורי און עוג מלך פון בשן, און האבן זיי געזיגט.