לדלג לתוכן

פאראייניגטע פעלקער

פֿון װיקיפּעדיע
פאראייניגטע פעלקער
United Nations
www.un.org
פאראייניגטע פעלקער פאָן

די פֿאראייניגטע פֿעלקער (ענגליש: United Nations, פראנצויזיש: Organisation des Nations unies, שפאניש: Organización de las Naciones Unidas), קירצונג פֿ"פֿ, UN, ONU, איז אן אינטערנאַציאָנאַלע ארגאניזאציעס אין וועלכער עס זענען אנגעשלאסן מיטגלידער פון אלע מדינות. איר ציל איז צו פארהיטן קעגן קאנפליקטן און צו מאכן שלום צווישן פארשידענע פעלקער. זי איז געגרינדעט אין 1945 נאכן צווייטן וועלט קריג אין דעם ארט פון דער פעלקער-ליגע. היינט האט די פֿאראייניגטע פֿעלקער 193 מיטגליד לענדער.

די פאראייניגטע פעלקער ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין ניו יארק סיטי, מיט נאך הויפט ביוראען אין גענף, ווין און נייראבי.

די פאראייניגטע פעלקער האט זעקס פרינציפעלע ארגאנען: די אלגעמיינע פארזאמלונג, דער זיכערהייטס ראט, דער עקאנאמישער און סאציאלער ראט, דער סעקרעטעריאט, דאס אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ און דער נאמנות־ראט (דערווייל נישט טעטיק).

די ארבעט פון די פאראייניגטע פעלקער ווערט געפירט אין זעקס אפיציעלע שפראכן: אראביש, כינעזיש, ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש און שפאניש.

די פֿאראייניגטע פֿעלקער איז א אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פון לענדער וועלכע איז געגרינדעט געווארן צו פראמאווירן וועלטליכע שלום און קאאפעראציע. די פֿאראייניגטע פֿעלקער איז געגרינדעט געווארן ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט אין 1945. איר מיסיע איז אנצוהאלטן וועלטליכע שלום, אנטוויקלן גוטע פארבינדונגן צווישן לענדער, ברענגן קאאפעראציע אין לעזן די וועלט'ס פראבלעמען, און צו קוראזשירן רעספעקט פאר מענטשלעכע רעכט.

די פֿאראייניגטע פֿעלקער איז אן אליאנץ פון לענדער וועלכע זענען מסכים צו קאאפערירן איינע מיט אנאנד. זי ברענגט צוזאמען לענדער וועלכע זענען רייך און ארעם, גרויס און קליין, און פארשידנארטיגע סאציאלע און פאליטישע סיסטעמען. מיטגלידער לענדער צו די יו-ען זענען זיך מחייב צוריק צוהאלטן פון נוצן מיליטערישע כוחות אדער די סטראשע פון נוצן כוחות קעגן אן אנדער לאנד, און אפצוזאגן הילף צו יעדע לאנד וועלכע איז קעגן די יו-ען'ס אקציעס.

פֿאראייניגטע פֿעלקער מיטגלידערשאפט איז אפן צו יעדן לאנד וועלכע איז גרייט זיך אונטערצונעמען די אויבנדערמאנטע תקנות. יעדע לאנד נישט קיין נפקא מינא ווי קליין און גרויס זי איז, האט אן אייניגע שטימע. יעדע לאנד מוז צושטייער געבן פאר די ארגאניזאציע. וואו מיר שטייען היינט פארמאגט די יו-ען די מיטגלידערשפאט פון 192 לענדער, אריינרעכנענדיג כמעט אלע לענדער פון די וועלט.

די פֿאראייניגטע פֿעלקער'ס השפעה אין וועלטליכע געשעענישן האט זיך געוואקעלט במשך די יארן, אבער די ארגאניזאציע האט צוריגעוואונען פראמינענץ אין 90'. די ארגאניזאציע איז באלוינט געווארן דעם נאבעל שלום פריז אין יאר 2001. נאך אלעם האט די ארגאניזאציע אסאך שוועריקייטן, ווייל זי מוז שטענדיג פארזיכערן די קאאפעראציע פון אירע מיטגלידער לענדער, די ארגאניזאציע האט גאר א שוואכע זעלבטשטענדיגע מאכט און אויטאריטעט. צו באקומען די שטיצע פון אלע לענדער ביי וועלטלעכע געשעענישן איז נישט גרינג, ווייל טייל לענדער זענען זייער וואקעלדיג אפצוטרעטן פון זייערע אייגענע אויטאריטי און נאכגיין די יו-ען'ס געזעצן.

די יו-ען האט היינט די זעלבע צוועקן און סטרוקטור ווי זי האט געהאט ווען זי איז געגרינדעט געווארן אין 1945. די הויפט צוועקן זענען אנצוהאלטן וועלטליכע שלום וועלכע העלפט אויטאמאטיש קוראזשירן ביזנעס און אינטערנאציאנאלע האנדל. אין צוגאב צו איר הויפט מיסיע, טוט די ארגאניזאציע סערווירן אירע מיטגלידער אויף פארשידענע אנדערע וועגן.

די יו-ען גיט די מיטגלידער די רעכט פארצושטעלן אירע מיינונגן און צו לעזן קאנפליקטן אן קיין געוואלדטאטן. זי ערלויבט לענדער צו לעזן וועלטכליכע פראבלעמען ווי ארימקייט, קראנקהייטן, און ענווייראמענטאלע חרבנות. די ארגאניזציע סערווירט אלס א סימבאל פון אינטערנאציאנאלע ארדענונג און גלאבאלע אינדענטיטעט. די ארגאניזאציע קאארדינירט הונדערטער אגענטורן און פראגראמען אינערהאלב איר אייגענע ארגאניזאציע און אינדרויסן. זי נעמט אויך צוזאם און פובליצירט די אינטערנאציאנאלע דאטא.


גרינדונג פון די יו-ען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יו-ען איז די רעזולטאט פון א לאנגער היסטאריע פון ווילן צו פראמאטירן אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע. אין די ענדע פונעם 18טן יארהונדערט האט א דייטשער פיליסאף, אימאנועל קאנט, פארגעשטעלט א פעדעראציע אדער ליגע פון דער וועלט'ס לענדער. קאנט האט פארשטאנען אז אזא פעדעראציע וועט ערלויבן זיך צו פאראייניגן און באשטראפן די לענדער וועלכע טוען אפ אגרעסיווע אקטן. ער האט אויך געזאגט אז די קאנצעפט פון אזא ארגאניזאציע וועט געבן די מעגלעכקייטן פאר דער וועלט'ס קליינע לענדלעך צו באשיצן זייערע רעכט וועלכע ווערן צושטערט און געשעדיגט דורך די גרויסע מאכטן.

קאנט'ס עצה האט ערשט אויפגעלעבט נאך דעם ערשטן וועלט קריג, נאכדעם וואס אלע גרויסע און קליינע לענדער האבן געטרויערט אויף זייערע פארלוסטן, און זענען געווען גרייט זיך צונויפצונעמען און ארבעטן צוזאמען פאר שלום, זיי האבן געגרינדעט די "ליגע פון נאציאנען" צו דערגרייכן זייער ציל. די ארגאניזאציע האט געהאט די פאלגנדע מיטגליד לענדער: פראנקרייך, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, איטאליע, יאפאן, דייטשלאנד און דער סאוועטן פארבאנד. די ליגע האט אנגעהאלטן ביז הארט בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג און איז דאן צוזאמענגעפאלן צוליב צוויי הויפט פראבלעמען: ערשטנס זענען נישט אלע מאכטפולע לענדער געווען מיטגלידער, צום ביישפיל די פאראייניגטע שטאטן, און בעיקר ווייל זיי האבן מורא געהאט זיך קעגן צו שטעלן צו אגרעסיווע אקטן פון יאפאן, איטאליע, און דייטשלאנד וועלכע האט שפעטער געפירט צום צווייטן וועלט קריג.

כאטש די ליגע איז געווען א גרויסע דורכפאל איז אבער נאך נישט אוועקגעפאלן דער געדאנק פון אזא ארגאניזאציע. די ערשטע זאך וואס איז געטאן געווארן צו גרינדן א נייע ארגאניזאציע איז געווען אין 1941 ווען אמעריקע'ס פרעזידענט רוזוועלט און בריטיש פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשורטשיל האבן אונטערגעשריבן די אטלאנטיק טשארטער, אין וועלכע די צוויי לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו טאן עפעס ממשות צו גרינדן א מער עפעקטיווע סיסטעם פאר וועלטליכע שלום און קאאפאראציע.

א יאר שפעטער, דעם 1טן יאנואר 1942, האבן א קאאליציע פון 26 אליאירטע לענדער, וואס האבן געקעמפט קעגן דייטשלאנד, אונטערגעשריבן א דעקלעראציע אין וועלכע זיי האבן אקצעפטירט די פרינציפאלן פונעם אטלאנטישן טשארטער. די דעקלעראציע איז געווען די ערשטע פארמאלע באנוץ פון דעם נאמען יונייטעד נעישאנס, וועלכע איז געגעבן געווארן דורך פרעזידענט רוזעוועלט. פון דארט און ווייטער איז עס געפארן ווי א באן ביז אלע דעטאלן זענען ערלעדיגט געווארן אפריל 1945 אין סאן פראנציסקא דורך 50 לענדער אריינגערעכנט דער ראטנפארבאנד, די פאראייניגטע פעלקער און די רעפובליק פון כינע. די פאראייניגטע פעלקער איז אפיציעל געגרינדעט געווארן דעם 24סטן אקטאבער ווען 51 לענדער האבן באשטעטיקט דעם טשארטער. די ערשטע זיצונגען פון דער אלגעמיינער פארזאמלונג און פון דעם זיכערהייטס ראט זענען פארגעקומען אנהייב 1946 אין לאנדאן.

די גרינדער פון די יו-ען האבן געוואלט פארזיכערן אז עס זאל זיך נישט איבערשפילן די זעלבע ווי די ליג אוו נעישאנס, און האבן דערפאר אויפגעשטעלט אירע הויפטקווארטירן אין ניו יארק צו פארזיכערן די מאקסומאלע שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן, די רייכסטע און מאכטפולסטע לאנד אין יענע צייטן. אויך האבן זיי פארזיכערט די גרויסע לענדער'ס זעלבטשטענדיקייט, דורכ'ן געבן א וועטא רעכט פאר אמעריקע, פראנקרייך, בריטען, די סאוועטן פארבאנד, און כינע. (רוסלאנד האט פארלוירן איר רעכט ווען דער פאראיין איז צוזאמענגעפאלן אין 1991).

די פאראייניגטע פעלקער הויפטקווארטיר געביידע אין ניו יארק

דער יו-ען איז צוזאמענגעשטעלט פון זעקס קערפערשאפטן וועלכע סערווירן באזונדערע פונקציעס: די אלגעמיינע זאמלונג, דער זיכערהייטס ראט, די סעקרעטאריעט, דער עקענאמישער און סאציאלער ראט, דאס אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ, און דער נאמנות־ראט.


אלגעמיינע פֿארזאמלונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אלגעמיינע פֿארזאמלונג איז צוזאמענגעשטעלט פון 189 מיטגלידער לענדער, יעדע מיט איין שטימע. די פֿארזאמלונג טוט דיסקוסירן סיי וועלכע אישו וואס באלאנגט צו די יו-ען מיט אן אייניגע רעכט צו יעדע לאנד צו לאזן הערן איר מיינונג. די פֿארזאמלונג האט נישט די אויטאריטעט צו באשטעטיגן קיין רעזאלוציע נאר טוט ארויפברענגען און דיסקוסירן די טעמעס מיט א פשוט'ע מאיאריטעט שטימע וועלכע פארלאנגט צוויי דריטל פון דער פֿארזאמלונג.

די אלגעמיינע פֿארזאמלונג טרעפט זיך אויף סעסיעס צווישן סעפטעמבער און דעצעמבער און גאנץ לעצטנס שוין א גאנץ יאר. יעדע עטליכע יאר טרעפן זיי זיך אויף ספעציעלע סעסיעס ווי עקאנאמישע קאאפאראציע און אנדערע טעמעס וואס זענען נישט אויפן געוויינלעכן סדר היום. אויסער דעם טוט זיך די פֿארזאמלונג טרעפן ביי עמערגענץ סעסיעס צו באהאנדלען באלדיגע פראבלעמען וועלכע סטראשן די אינטערנאציאנאלע שלום. אלע סעסיעס ווערן איבערגעטייטשט צו אסאך שפראכן, כדי דעלעגאטן פון ארום דער וועלט זאלן קענען פארשטיין יעדע רעדנער.

די אלגעמיינע פֿארזאמלונג האט די מאכט ארייצוברענגען נייע מיטגלידער צו דעם יו-ען, און באשטעטיגט די בודזשעטן פאר די יו-ען פראגראמען און אפעראציעס. די פֿארזאמלונג קען אויפשטעלן אגענטורן און פראגראמען אויסצופירן אירע רעקאמענדאציעס. זי ערוועלט מיטגלידער צו סערווירן ספעציפישע אגענטורן און פראגראמען און קאארדאנירט די פראגראמען דורך פארשידענע קאמיטעטן.


דער זיכערהייטס ראט איז די מאכטפולסטע קערפערשאפט אין די יו-ען. זי איז פאראנטווארטליכט אנצוהאלטן אינטערנאציאנאלע שלום, און צוריק איינשטעלן שלום ווען קאנפליקטן ברעכן אויס. דער זיכערהייטס ראט דארף באשלוסן וויאזוי די יו-ען זאל זיך פירן און ארויפצווינגן אירע באשלוסן דורך נעמען געוויסע אקציעס. דער ראט קען ארויפלייגן עקענאמישע און מיליטערישע סאנקיצעס אויף לענדער וואס באגייען אגרעסיווע שריט. א רעפרעזענטיטיוו פון יעדן לאנד וועלכע איז א מיטגליד און זיצט אין דעם ראט מוז זיין גרייט צו יעדער צייט כדי דער ראט זאל זיך קענען טרעפן אויף די מאמענט. דער זיכערהייטס ראט טרעפט זיך אויך באלד אויב איין מיטגלידער לאנד באשולדיגט א צווייטע לאנד'ס אקציעס.

דער זיכערהייטס ראט פארמאגט 15 מיטגלידער, פון וועלכע פינף האלטן פערמענאנטע זיצן. די אלגעמיינע פארזאמלונג ערוועלט די אנדערע 10 זיצן פאר צוויי יעריגע טערמינען. די 5 פערמענאנטע מיטגלידער זענען די פאראייניגטע שטאטן, בריטען, פראנקרייך, רוסלאנד, און כינע. די פינף לענדער זענען געווען די מאכטפולסטע לענדער בי די ענדע פון די צווייטע וועלט קריג און פארמאגן נאך היינט די גרעסטע טייל פון די וועלט'ס מיליטערישע מאכט. צו באשטעטיגן א רעזאלוציע מוז עס באקומען ווייניגסטענס 9 שטימען, אבער יעדע פון די 5 פערמענאנטע מיטגלידער קענען עס וועטאאירן. די אויטאריטי איז באקאנט אלס די וועטא רעכט פון די וועלט'ס גרעסטע מאכטן.

צוליב די וועטא רעכט פון די פערמענאנטע מיטגלידער איז די יו-ען געזעסן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט דורכאויס די קאלטע קריג, ווייל רוסלאנד און אמעריקע (ביידע מיט וועטא רעכט) האבן זיך נישט געקענט אויסקומען. דאס זעלבע האט פאסירט בעפאר דעם צווייטן קריג מיט איראק, ווען די יו-ען האט נישט געקענט באשטעטיגן די רעכט צו גיין אין קריג, ווייל פראנקרייך, און רוסלאנד וואלטן עס וועטאאירט. זעענדיג אז עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה האט די פאראייניגטע שטאטן זיך ארויסגעצויגן פון די יו-ען און געגאנגען אין קריג אן איר באשטעטיגונג. ביים ערשטן קריג מיט איראק, האט דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידנעט יא באוויזן א קונץ, ווען די גאנצע יוען האט מסכים געווען צו געבן רשות פאר די אליאירטע לענדער זאלגן קיין קריג מיט סאדאם כוסעין, ביז ער גייט ארויס פון קואווייט.

דער ראט נוצט פארשידענע וועגן וויאזוי אפצוהאלטן קאנפליקטן צווישן לענדער. געווענליך וועט זי ערשט פרובירן מיט שיינעם איינצושטילן און לעזן דעם פראבלעם מיט דיפלאמאטיע. אויב עס גייט נישט וועט זי פרובירן צו לעזן דעם פראבלעם מיט שלום טרופן, און אויב עס העלפט נאך אלץ נישט, טוט דער ראט פארארדענען די מיטגלידער לענדער צו שיקן קאאליציע כוחות אפצושטעלן דעם קאנפליקט.

אין די אנפאנג 1990ער יארן האט זיך געקאכט אויב מען זאל ארייננעמען נאך לענדער אלס פערמענאנטע מיטגלידער. אזעלכע לענדער ווי דייטשלאנד און יאפאן האבן דאס שטארק פארלאנגט ווייל זיי זענען באמת גארנישט ווייניגער ווי פראנקרייך אדער כינע. די יו-ען איז געווען צעמישט וואס צו טאן, ווייל אריינצונעמען נאך פערמענאנטע מיטגלידער מיינט אז נאך לענדער קענען וועטאאירן און ווייניגער רעזאלוציעס וועלן קענען אויסגעפירט ווערן. נאך א פראבלעם וואס דאס קען ברענגן איז, אז צום ביישפיל אויב דייטשלאנד ווערט א פערמענאנט מיטגלידער וועלן די אייראפעאישע האבן 3 זיצן וואס דאס איז אומ'יושר'דיג קעגען אזעלכע קאנטינענטען ווי אפריקא וואס וועט נישט האבן קיין איינס. מערערע געדאנקן זענען שוין אין די פריערדיגע יארן אויפגעצויגן געווארן אבער דערווייל איז נאך גארנישט געענדערט געווארן, ווייל מיט די 5 מיטגלידער וואס קענען וועטאאירן איז שווער איינצושטעלן אזא טויש.

די סעקרעטאריאט איז די יו-ען'ס עקזעקיוטיווע אפטיילונג, וועלכע באטראכט די אדמיניסטארציע מיט אירע פראגראמען און פאליסיס, און פירט אויס די טעגליכע אפעראציעס. די אפטיילונג ווערט אנגעפירט ביי די סעקראטער גענעראל וועלכער איז אויך די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די יו-ען.

די יו-ען שטאב פארמאגט אדמיניסטראטארן, עקספערטן איבער טעכנישע אישוס, און עקאנאמישע עצה געבער וועלכע ארבעטן צוזאמען אויס די אפעראציעס פון די יו-ען, שטעלן צו די שטודיעס איבער וועלטליכע אישוס, ארגאניזירן וועלטליכע קאנפערענצן, און שטודירן עקאנאמישע און סאציאלע גאנג. די עקספערטן זענען צעשפרייט איבער די וועלט און זייערע הויפט אפיסעס זענען אין ניו יארק און אין דזשעניבע, שווייץ.

ארגינעל האט די סעקרעטאריאט שטאב געדארפט צו זיין א פאראייניגטע גרופע פון אומפארטייאישע שליחים פון יעדע לאנד וועלכע האבן נאר די אינטערעסן פון זייערע אייגענע לענדער אבער עס האט זיך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעארבעט און נאר דער סעקרעטאר גענעראל איז אזוי באטראכט געווארן.

דאס ערשטע מאל וואס די יו-ען איז קריטיקירט געווארן איז געווען אין די 990' יארן ווען עטליכע לענדער האבן אנגעוויזן אז די ארגאניזאציע איז נישט גענוג עפעקטיוו לויט אירע קאסטן און טייל האבן איר אפילו באשולדיגט אלס א קארופטירטע ארגאניזאציע מיט אייגענע אינטערעסן. טייל פון די קריטיק איז געקומען פון די פאראייניגטע שטאטן זעלבסט וועלכע האט גע'טענה'ט אז זי צאלט דאס מערסטע געלט פאר די יו-ען און באקומט גארנישט דערפון. די קריטיקיזם האט געהאלפן און די גאנצע ארגאניזאציע איז רעפארמירט געווארן, אריינגערעכנט בודזשעט און שטאב רעדוקציעס.

דער סעקרעטאר גענעראל האט די שווערסטע ארבעט אין די יו-ען און ער איז פאראנטווארטליכט פאר אלע פארמאלע צוזאמענקומונגן פון פיינטליכע פירער און זייערע ווייטערדיגע שלום פלענער. דער סעקרעטאר דזשענעראל מוז טויגן צו קענען נושא חן זיין ביי די פירער און מאכן שלום אין ערנסטע קאנפליקטן. אין די פארגאנגענהייט זענען עטליכע סעקרעטאר גענעראלן באקאנט געווארן מיט זייער שלום ארבעט אין אזעלכע קאנפליקטן ווי סאמאליע, יוגאסלאוויע, צענטראל אמעריקע, און פארשטייט זיך דער מיטל מזרח קאנפליקט.

דער סעקרעטאר גענעראל ווערט ערוועלט דורך די אלגעמיינע פֿארזאמלונג און דארף אויך באשטעטיגט ווערן דורך די זיכערהייטס ראט און אלע אירע פערמענאנטע מיטגלידער. דער סעקרעטאר גענעראל סערווירט א טערמין פון פינף יאר און קען ווידער ערוועלט ווערן דערנאך. דער סעקרעטאר גענעראל קען קומען פון סיי וועלכע לאנד וואס האט מיטגלידערשאפט אין די יו-ען. וויאזוי אימער, האט די יו-ען ערוועלט א נייע סעקרעטאר גענעראל נאך יעדע צוויי טערמינען און יעדעס מאל איז יענער געקומען פון אן אנדערער גיאגראפישער ארט.

די סעקרעטארן־גענעראל פון די פאראייניגטע פעלקער זענען געווען:


נומער נאמען אפשטאם לאנד אנגעהויבן געקאנטשעט הערות
1 טריגווע לי נאָרוועגיע 2טן פעברואר 1946 10טן נאוועמבער 1952 האט רעזיגנירט. ערשטער סעקרעטאר־גענעראל פון סקאנדינאוויע
2 דאג האמארשאלד שוועדן 10טן אפריל 1953 18טן סעפטעמבער 1961 געשטארבן אין אמט
3 או טהאנט מיאנמאר (דעמאלסט "בורמע") 10טן נאוועמבער 1961 1טן יאנואר 1972 ערשטער סעקרעטאר־גענעראל פון אזיע
4 קורט וואלדהיים עסטרייך 1טן יאנואר 1972 1טן יאנואר 1982
5 כאוויער פערעז דע קוועיאר פערו 1טן יאנואר 1982 1טן יאנואר 1992 ערשטער סעקרעטאר־גענעראל פון דרום אמעריקע
6 בוטראס בוטראס-גאלי עגיפטן 1טן יאנואר 1992 1טן יאנואר 1997 ערשטער סעקרעטאר־גענעראל פון אפריקע
7 קאפי אנאן גהאנע 1טן יאנואר 1997 1טן יאנואר 2007
8 באן קי־מון דרום קארעע 1טן יאנואר 2007 היינטיקער

עקאנאמישער און סאציאלער ראט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער עקאנאמישער און סאציאלער ראט ארבעט אונטער דער אויטאריטעט פון דער אלגעמיינער פֿארזאמלונג צו קאארדינירן די עקאנאמישע און סאציאלע ארבעט פון דער ארגאניזאציע. די אפטיילונג פארמאגט 54 מיטגלידער לענדער וועלכע ווערן ערוויילט דורך דער אלגעמיינער פֿארזאמלונג פאר דריי־יעריגע טערמינען. אלע שטודיעס פון די יו-ען ווערט קאארדינירט דורך דעם עקאנאמישן און סאציאלן ראט און זיי שטעלן אויס דעם סדר היום פאר אנדערע אפטיילונגען.

די אפטיילונג דארף אויך רעקאמענדירן ווען עס פעלט זיך אויס נאכצופארשן מעדיצינען, ערציאונג'ס, עקאנאמיקס, און סאציאלע געברויכן פאר די אינטערנאציאנאלע וועלט. די אפטיילונג דארף אויך נאכגיין און ארויסהעלפן די הונדערטער ארגאניזאציעס וועלכע ארבעטן אונטער די יו-ען'ס אויפזיכט צו העלפן אין אירע שלום מיסיעס.

דער עקאנאמישער און סאציאלער ראט טוט אויך קאארדינירן עטליכע ספעציאליזירטע אגענטורן וועלכע געבן אן אויסוואל פון סאציאלע און עקאנאמישע דינסטן. די אגענטורן אפערירן פאר זיך אליינס אבער ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע פראגראמען פון די יו-ען. די פראגראמען רעכנען אריין די וועלט געזונט ארגאניזאציע, די פאראייניגטע פעלקער וויסנשאפטלעכע און קולטורעלע ארגאניזאציע, די אינטערנאציאנאלע ארבעט ארגאניזאציע, און די עסן און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע.

אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ

דאס אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ, וועלכע איז אויך באקאנט אלס דער וועלט'ס געריכט, איז די געריכטליכע טייל פון די יו-ען. עס איז געגרינדעט אין 1945 לויטן או ען טשארטער. די אפטיילונג איז הויפטקווארטירט אין דען האג, האלאנד. דער צוועק פונעם געריכט איז אנצופירן מיט אלע פראצעסן וועלכע ווערן געברענגט צו צווישן מיטגלידער לענדער איינעם מיט אנאנד. דאס געריכט פארמאגט 15 ריכטער וועלכע ווערן ערוועלט דורך די זיכערהייט ראט און די אלגעמיינע פֿארזאמלונג. די מיטגלידער לענדער מוזן נישט ברענגען זייערע פראבלעמען צו דער וועלט'ס געריכט אבער אויב עס קומט אן אין געריכט דעמאלט מוזן זיי אויפאלגן דעם אורטייל און אויב נישט ווערן זיי ארויסגעווארפן פון די יו-ען.

דער נאמנות־ראט איז געגרינדעט געווארן שפעטער און האט באקומען די ארבעט צו אבזערווירן די איבערגאנג פון א צאל קאלאניעס צו זייער זעלבשטענדיקייט. די ארבעט איז געווען די שווערסטע ארבעט פון אלע אפטיילונגן און א גרויסע צאל עקספערטן פלעגן דארט ארבעטן. נאכדעם וואס האנג קאנג איז געווען די לעצטע קאלאניע צו פייערן איר זעלבשטענדיקייט איז די אפטיילונג געבליבן אן ארבעט און אירע אפיסעס זענען פארמאכט געווארן און אלע ארבעטער זענען אויפגעזאגט געווארן.

די פאראייניגטע פעלקער האט עטלעכע באזונדערע אגענטורן:

מיטגלידערשאפט אין די יו-ען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען די יו-ען איז געגרינדעט געווארן אין 1945 האט זי באלד געהאט 51 גרינדער מיטגלידער. זיי זענען געווען די 50 לענדער וועלכע זענען אנוועזענד געווען ביי דער היסטארישער קאנפערענץ אין סאן פראנציסקא און אויך פוילן וועלכע איז נישט דארט געווען אבער האט אונטערגעשריבן דעם טשארטער אביסל שפעטער. נייע מיטגלידער קענען זיך אנשליסן דורך דער רעקאמענדאציע פון דעם זיכערהייט ראט און נאר נאכדעם וואס צוויי דריטל פון די מיטגלידער אין דער אלגעמיינער פֿארזאמלונג באשטעטיגן דאס. מיטגלידערשאפט אין די יו-ען איז אפן צו סיי וועלכן לאנד וועלכע שטיצט די נאבעלע מיסיע פון די פאראייניגטע פעלקער און איז גרייט נאכצוגיין די תקנות און פאראנטווארטליכקייטן וועלכע זענען אויסגערעכנט אין די טשארטער.

אין די ערשטע יארן נאך איר גרינדונג איז די יו-ען דאמינירט געווארן דורך די מערב וועלט לענדער און די אלגעמיינע פֿארזאמלונג האט כסדר גענויגט צו די פאליסיס פון די פאראייניגטע שטאטן. די סאוויעט פאראיין איז געווען די איינציגסטע מיטגלידער וועלכע האט געהאט א וועטא רעכט צו באלאנסירן די מערב וועלט השפעה. אין די 50'ער און 60'ער יארן האט זיך די באלאנס אויסגעגליכן ווען צענדליגער נארוואס זעלבסטשטענדיגע לענדער אין אזיע און אין אפריקע האבן זיך אנגעשלאסן אין די יו-ען.

די צאל מיטגלידער האט זיך געדאפעלט אין יענע יארן און די נייע מיטגלידער האבן אריינגעברענגט נייע געדאנקן אין די יו-ען און האבן גע'טענה'ט אז די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט צופיל מאכט און די יו-ען גיט זיי נאך צופיל מאל. אלס רעזולטאט האבן די צענדליגער קליינע לענדער פארמירט א שטארקע שטימע פאראיין און ביז 10 יאר האט די פאראייניגטע שטאטן געמוזט אנהייבן נוצן איר וועטא רעכט אפצושלאגן זייערע געדאנקן און פאליסיס.

אן אינטערעסאנטער טויש האט זיך אפגעשפילט אין די מיטגלידערשאפט פון די יו-ען מיט די מיטגלידערשאפט פון כינע. ווי באקאנט איז כינע איבערגענומען געווארן דורך די קאמוניסטן אין 949' און די נאציאנאליסטן וועלכע האבן געקעמפט קעגן זיי זענען אנטלאפן אויפ'ן טייוואנער אינזל וואו זיי האבן זיך געגרינדעט אן אייגענע רעגירונג און דערקלערט זעלבשטענדיקייט. כינע האט אבער קיינמאל נישט איינגעזען טייוואנ'ס זעלבשטענדיקייט און רעכנט איר אלס איינע פון אירע פראווינצן. ווען די ציווילע קריג האט זיך געענדיגט האבן די נאציאנאליסטן אנגעהאלטן זייער מיטגלידערשאפט אין די יו-ען רעפרעזענטירנדיג גאנץ כינע.

די נייע קאמוניסטישע כינעזער רעגירונג האט זיך באלד אנטקעגן געשטעלט און געפאדערט די יו-ען מען זאל אוועקנעמען די מיטגלידערשאפט פון טייוואן און דאס איבערגעבן צו זיי. פארשטייט זיך אז טייוואן האט נישט מסכים געווען אבער עווענטועל האט כינע געוואונען די קאמף און כינע'ס יו-ען מיטגלידערשאפט איז אריבער צו דער קאמוניסטישער כינע. טייוואן האט באלד דערנאך געפאדערט א באזונדערע מיטגלידערשאפט אבער כינע אלס א גרינדער מיטגלידער האט דאס שטענדיג געשטערט מיט דער טענה אז טייוואן איז א טייל פון כינע און קען נישט באקומען א באזונדערע מיטגלידערשאפט.

די יו-ען האלט זיך אויף פון די געלטער וועלכע די מיטגלידער לענדער באצאלן יערליך. יעדע לאנד באצאלט אנדערע פרייזן געוואנדן לויט איר רייכקייט און ווילן צו צאלן. אויסער די יערליכע אפצאל פארלאנגט די יו-ען באזונדערע פאנדן ווען זי פירט אן א שלום מיסיע. געוויסע לענדער געבן נאך מער געלט פאר אנדערע פראגראמען וועלכע די יו-ען נעמט זיך אונטער. די פאראייניגטע שטאטן איז דער גרעסטער ביישטייער צו די יו-ען געבנדיג 22 פראצענט צו דער ארגאניזאציע'ס אדמיניסטראטיוון בודזשעט און ארום 28 פראצענט פון איר שלום מיסיעס פראדוקטן.

אינטערנאציאנאלע השפעה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אינטערנאציאנאלע השפעה פון די יו-ען איז שטענדיג געווען אנדערש און האט געהאט גוטע און שוואכע תקופות. צום ביישפיל דורכאויס די קאלטע קריג האט די יו-ען אינגאנצן נישט געהאט קיין ווארט אין ערגעץ ווייל די רייץ צווישן די פאראייניגטע שטאטן און די סאוויעט פאראיין האט פארמיטן די מיטגלידער צו מאכן פארשריט אין סיי וועלכע וויכטיגע אישוס. אין יענע צייטן האט זיך די יו-ען אפגעגעבן מיט אנדערע מיסיעס ווי העלפן דריטע וועלט לענדער און די קאלאניעס אין אזיע ווי פריער דערמאנט. איינמאל די סאוויעט פאראיין איז צעפאלן האט די נייע רוסישע רעגירונג איבערגענומען די מיטגלידערשאפט אין די יו-ען און די ארגאניזאציע האט צוריקבאקומען איר השפעה אויף אינטערנאציאנאלע זיכערהייט.

די שלום מיסיעס פון די יו-ען איז די נישט-אגרעסיווע וועג וויאזוי צו באהאנדלן קריזיסן צווישן לענדער. ווען די יו-ען נעמט אונטער א שלום מיסיע וועט זי בעטן אירע מיטגלידער לענדער צו שיקן מיליטערישע כוחות צו א פאראייניגטע מיסיע אין וועלכע די טרופן וועלן אבזערווירן די קאנפליקטן, העלפן ברענגן פשרות אין קאנפליקטן דורך עפענען געשפרעכן פון ביידע זייטן און אויפבויען א קאמיוניקאציע, באטראכטן און העלפן אויספירן פייער-אפשטעלן, אנפירן מיט דעמאקראטישע עלעקציעס, און געבן הומאניטארישע הילף פאר די לענדער וואס דארפן דאס.

די שלום טרופן וועלכע ווערן געשיקט אין יו-ען מיסיעס ארבעטן אלס נוטראלע סאלדאטן וועלכע קומען העלפן די קאנפליקטן און ווערן געפירט דורך אן איינציגער קאמאנדיר וועלכע אפערירט אונטער יו-ען קאמאנד. שלום טרופן ווערן נאר געשיקט אויב די לענדער אינעם קאנפליקט זענען מסכים דערצו כדי צו פארמינערן דורכפעלער. די טרופן זענען לייכט באוואפענט און פארן ארום מיט ארמאר טרעקלעך אבער נישט קיין טאנקן אדער אנדערע שווערע ארטילערי. זייער ארבעט איז סכנות'דיג ווייל אויב איינע פון די צוויי זייטן זעט נישט איין זייער נוטראלקייט אדער אויב פייער-אפשטעלן צעפאלן און זיי בלייבן אינדערמיט דעמאלט קענען זיי אטאקירט ווערן אומוויליג אדער בייזוויליג. מער פון 1,600 שלום טרופן זענען אומגעברענגט געווארן אין די פארגאנגענהייט דורך פיינטליכע פייער.

אין די יו-ען'ס טשארטער ווערט גארנישט דערמאנט וועגן שלום טרופן אין זייערע מיסיעס. די געדאנק פון שלום טרופן איז צושטאנד געקומען נאך די סועז קאנאל קריזיס אין 956' ווען ענגלאנד, פראנקרייך, און מדינת ישראל האבן אטאקירט עגיפן. דורכאויס דער קריזיס האט דער קאנאדישער דימפלאמאט לעסטער פעירסאן (ער איז שפעטער אויך געווען פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע) פארגעשלאגן א געדאנק פון שיקן א פאראייניגטע מיליטערישע שלום כוח איינצושטעלן פרידן צווישן די לענדער. די יו-ען האט אנגענומען זיין פארשלאג און די שלום טרופן האבן טאקע שטארק מצליח געווען דורך מאכן פשרות און האבן באוויזן ארויסצוטראגן די פראנצויזישע, ענגלישע, און איזרעאלישע מיליטער פון דעם סועז קאנאל דורך א פרידליכן וועג. מיט דעם געלונגענעם מיסיע איז דער קאנצעפט פון שלום טרופן געבוירן געווארן.

פון דארט און ווייטער האט די יו-ען מערערע מאל גענוצט שלום טרופן פאר אירע מיסיעס און האט אין רוב פעלער מצליח געווען. די שלום טרופן זענען געשיקט געווארן קיין צענטראל אמעריקע, די איראן-איראק קריג, און אין די צענדליגער קאנפליקטן אין אפריקע. די יו-ען פארמאגט 44,000 שלום טרופן פון 90 לענדער וועלכע אפערירן היינט אין 15 ערטער אויף די וועלט אנגעהויבן פון אזיע, דער מיטל מזרח, מזרח אייראפע, און אפריקע.

נישט אין אלע מיסיעס האט די יו-ען מצליח געווען און זי האט טיילמאל געליטן דורכפעלער ווען זי האט געשיקט צו ווייניג טרופן אדער ווען זי האט נישט גוט אויסגערעכנט די דעטאלן פון די מיסיע. אזעלכע דורכפעלער זענען פארגעקומען אין אפריקע און שפעטער אין סאמאליע וואו די יו-ען שלום כוחות זענען אטאקירט געווארן און ווען זיי האבן גערופן די פאראייניגטע שטאטן פאר הילף צו פארכאפן דעם פירער פון די קלען גרופע וועלכע האט איר אטאקירט האט זיך די מיסיע אויסגעלאזט אין א טאטאלער דורכפאל און אמעריקע מיט די יו-ען אינאיינעם האבן געמאכט פליטה פון דארט און די ציווילע קריג האט זיך צוריק אנגעצינדן.

נאך א דורכפאל איז געווען אין יוגאסלאוויע וואו די יו-ען האט פארמאגט א ריזיגע צאל שלום טרופן אבער האט פארזען די ריכטיגע צילן פון דעם קאנפליקט און סערבישע כוחות האבן דורכגעפירט א מאסן שחיטה אין דעם שטעטל סרעברעניקע וועלכע איז באצייכנט געווארן דורך די יו-ען אלס א פארזיכערטע געגענט. באלד דערנאך איז די יו-ען שלום מיסיע צוזאמענגעפאלן און איז ערזעצט געווארן דורך א מער אגרעסיווע מיליטערישע כוח אנגעפירט דורך נאט"א, אן אלייענץ פון לענדער אריינגערעכנט פראנקרייך, בריטען, און די פאראייניגטע שטאטן.

די לעצטע יו-ען שלום מיסיע איז אין קראפט אין אפגאניסטאן וואו די שלום טרופן העלפן פארזיכערן און סטאביליזירן דאס לאנד נאכפאלגענדיג די אמעריקאנער געפירטע קריג דארט קעגן טעראריזם.


אויסער ברענגן שלום אין מיליטערישע קאנפליקטן האט די יו-ען אויך א רייע וויכטיגע מיסיעס אויף וועלכע זי ארבעט טאג-טעגליך און האט מיט די יארן אסאך אויפגעטאן. די מיסיעס זענען צעטיילט צו 4 הויפט מיסיעס וועלכע זענען: עקאנאמישע אנטוויקלונג, גלאבאלע סביבה, מענטשליכע רעכט, און וואפן קאנטראל און אנטוואפענונג.


עקאנאמישע אנטוויקלונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יו-ען אפערירט אונטער דעם פרינציפאל אז אויב מען וועט העלפן ברענגן א בעסערע עקענאמיע און סאציאלע לעבן אין די צוריקגעבליבענע לענדער וועט דאס צום מערסטן העלפן פארמיידן קאנפליקטן. די יו-ען גיט אויס א גרויסע טייל פון איר בודזשעט פאר עקאנאמישע אנטוויקלונג פראגראמען ארום די וועלט אין וועלכע זי העלפט די לענדער מיט עצות און געלטליכע שטיצע.


גלאבאלע ענווייראמענט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צווייטע וויכטיגסטע יו-ען מיסיע איז די וועלט'ס ענווייראמענט וועלכע ווערט געזארגט דורך די יו-ען און זיי געבן אנווייזונגן און הילף פאר די לענדער וועלכע קענען זיך נישט אליינס העלפן. די יו-ען האט דורכגעפירט 3 גרויסע קאנפערענצן אין וועלכע זי האט אויפגעקלערט די וועלט איבער זייער ענווייראמענטאלע פראבלעמען און האט פארגעשלאגן נאכצופאלגן אירע פראגראמען וועלכע זענען געצילט צו פארבעסערן די גלאבאלע ענווייראמענט.


נאך א הויפט ציל פון די יו-ען איז צו קוראזשירן און פארשלאגן מענטשלעכע רעכט אפגעזען וועלכע סארט מענטש דאס איז. שווארץ אדער ווייס, מענער אדער פרויען, אנדערע שפראכן, און רעליגיע אלע האבן אייניגע רעכט צו יעדער זאך וואס אנדערע האבן. די יו-ען איז זייער שטרענג מיט מענטשלעכע רעכט און וועלן קעמפן דערפאר אן אויפהער.


וואפן קאנטראל און אנטוואפענונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כדי צו איבערצייגן די וועלט איבער וואפן קאנטראל און אנטוואפענונג האלט די יו-ען ספעציעלע קאנפערענצן אין גענף, שווייץ, וואו זי קלערט אויף די שעדליכקייט פון וואפן און די פאליסי פון אנטוואפענונג.

נאך די ערשטע גאלף קריג האט די יו-ען גענומען א הויפט ראלע צו פארשטארקן א זיכערהייטס ראט רעזאלוציע וועלכע האט געלויטעט אז איראק מעג נישט האבן קיין שום מאסן פארניכטיגונג וואפן. סאדאם כוסעין האט אין אנהויב קאאפערירט מיט די יו-ען אינספעקטארן און האט טאקע פארניכטעט א טייל פון זיינע שעדליכע וואפן. אבער אין 98' האט כוסעין ארויסגעווארפן די אינספעקטארן און אפגעזאגט די יו-ען פון אריינטרעטן אין אירע פאבריקן.

די יו-ען האט דאן אדאפטירט א רעזאלוציע וועלכע האט געווארענט כוסעין מיט ערנסטע קאסעקווענצן אויב ער קאאפערירט נישט מיט די אינספעקטארן. כוסעין האט דאן צוריק אריינגעלאזט די אינספעקטארן אבער כוסעין האט געמאכט שפאט פון זיי און יעדע שטיק צייט האט ער געטוישט זיין מיינונג און זיי ווידער ארויסגעווארפן. די בוש אדמיניסטראציע האט דאס גענומען ערנסט און האט געלאנטשט א פולע אינוואזיע אין 03' וועלכע איז נאך נישט געקומען צו אן ענדע אפילו נאכדעם וואס סאדאם כוסעין איז אראפגעברענגט געווארן פון מאכט.

צוקונפטע פערספעקטיוון

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי באקאנט האט די יו-ען אין די פאראייניגטע שטאטן געהאט א לאנגע רוגזה אין די 80'ער און 90'ער יארן נאכדעם וואס די רעגירונג האט אנגעהויבן פארפירן אז זי גיט צופיל געלט פאר די יו-ען און אירע מיסיעס ווען די ארגאניזאציע איז צו גרויס און אומגעלונגן. צודעם איז צוגעקומען די יו-ען דורכפעלער אין סאמאליע און אין באסניע און אמעריקע האט אנגעהויבן לייגן א גרויסע פראגע אויף די גאנצע עקזיסטענץ פון די יו-ען און טייל רעגירונג אפישעלס האבן אפען קריטיקירט די ארגאניזאציע.

אין דער זעלבער צייט איז אנגעקומען שווערע עקאנאמישע צייטן און אמעריקע האט מער נישט געקענט באצאלן אירע הויכע בילס פאר די יו-ען און ביז די מיטעלע 90'ער יארן האט די חוב שוין געהאלטן ביי 1.5 ביליאן דאלאר און קאנגרעס האט געשטימט צו אנהייבן צאלן קלענערע געלטער פאר די יו-ען טראץ וואס די אמעריקאנער מאסן האט יא שטארק געשטיצט די ארגאניזאציע.

דער יאר 96' איז געווען די שווערסטע יאר פאר די יו-ען ווען אירע מיסיעס האבן זיך געמערט און די ביישטייערן האבן פארפעלט צו קומען פון די מיטגלידער לענדער וועלכע האבן דאס נישט געקענט אדער נישט געוואלט באצאלן צוליב פאליטישע סיבות. די יו-ען איז געשטאנען פאר א צוזאמענבראך ווען נישט קאפי אנאן וואלט איבערגענומען די פירערשאפט און האט געראטעוועט דעם מצב דורך שניידן די קאסטן און אפעלירן צו די לענדער צו באצאלן זייערע חובות.

אינעם זעלבן יאר האט אמעריקע זיך פארטשעפעט אויף דעם דעמאלטדיגן יו-ען סעקרעטאר באוטראס גאלי און האט וועטאאירט אים צו ווידער-ערוועלן כאטש רוב מיטגלידער זענען געווען דערקעגן.

גאלי איז ערזעצט געווארן דורך דעם שווארצן קאפי אנאן וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן. אין 2000 האט די יו-ען פארמינערט די מיטגלידערשאפט אפצאלן פון אמעריקע און די רעגירונג האט לכבוד דעם געגעבן א שיינע סומע געלט צו דעקן אירע חובות און א פרישע פריינטשאפט האט זיך אנגעהויבן צווישן די ארגאניזאציע און די פאראייניגטע שטאטן. אבער די פריינטשאפט האט געקראכט אין 2003 ווען אמעריקע האט אינוואדירט איראק אן ווארטן פאר דער אויטאריזאציע פון דעם יו-ען זיכערהייט'ס ראט. אזעלכע לענדער ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און כינע האבן דאס שטארק קריטיקירט מיט דער טענה אז דער אקט וועט אפשוואכן די יו-ען'ס אינטערנאציאנאלע אויטאריטעט און צוטרוי.

טראץ די שוואכע פריינטשאפט מיט די פאראייניגטע שטאטן שאצט מען אז די יו-ען וועט צוריקגעווינען איר שטיצע אין די קומענדיגע יארן און וועט ווייטער קענען שפילן א ראלע אין די וועלט'ס קאנפליקטן און אויספירן אירע אנדערע מיסיעס.

די הוצאות פון די פאראייניגטע פעלקער ווערן פינאנצירט דורך ביישטערונגען—געשאצט און וואולטעטיק—פון די מיטגלידער לענדער. די אלגעמיינע פארזאמלונג טוט באשטעטיקן דעם בודזשעט און שטעלט אוועק די ביישטייערונג פון יעדן מיטגליד. דער מאקסימום וואס איין לאנד דארף באצאלן איז 22% פונעם גאנצן בודזשעט, און דער מינימום איז 0.001% פונעם גאנצן בודזשעט.