לדלג לתוכן

װעלט געזונט ארגאניזאציע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וועלט געזונט ארגאניזאציע)

די װעלט געזונט ארגאניזאציע, (ענגליש: World Health Organization אין קורצן: WHO) איז געגרינדעט געווארן אלס א ספעציאליזירטע אגענטור פון די פאראייניגטע פעלקער (יו-ען) אין 1948. די ארגאניזאציע האט זיך אפיציעל דעקלערט אום אפריל דעם זיבעטן יענעם יאר נאכדעם וואס מער ווי העלפט פון די יו-ען מיטגלידער האבן אונטער געשריבן איר קאנסטיטוציע. וויבאלד די ארגאניזאציע האט געהאט גרויסע דערפאלג איז דער טאג באצייכנט געווארן אין די יו-ען אלס די וועלט'ס געזונטהייט טאג.

דער ציל און ארבעט פון די וועלט געזונט ארגאניזאציע איז זייער א וויכטיגע און רוב לענדער פון די וועלט קאאפערירן מיט איר. די ארגאניזאציע'ס ציל איז צו דירעקטירן און קאארדינירן די אינטערנאציאנאלע געזונט ארבעט.

די "װעלט געזונט ארגאניזאציע" איז באוואוסט מיט איר געלונגענע ארבעט מיט'ן ראטעווען די וועלט פון די סכנות'דיגע פאקן קראנקייט און איר הילף אין די וועלט'ס פארשפרייטע קראנקייטן פון כאלעריע, בויכטיפוס, אין די אלטע צייטן און סארס, און עיטש-איי-ווי היינט צו טאג.

די ארגאניזאציע האט אויסגעגעבן אסאך געלט פאר פארשונגן און קאארדינירט געזונט ארגאניזאציעס ארום דער וועלט וויאזוי זיך צו ראטעווען פון די קראנקייטן. די טעגליכע ארבעט פון די ארגאניזאציע רעכנט אריין אויך געזונטהייט פארבינדענע פראבלעמען ווי סעניטאציע, פובליק געזונטהייט, די קעגנערשאפט איבער די באנוץ פון טאבאקא, און שטודיעס קעגן קענסער.


די "װעלט געזונט ארגאניזאציע" איז די ערשטע אזא ארגאניזאציע אין די וועלט וועלכע האט איינגעשלינגן און איבערגענומען די ארבעט פון הונדערטער געזונט ארגאניזאציעס איבער די וועלט און האט קאארדינירט זייער ארבעט אינאיינעם. די ערשטע גרויסע געזונט ארגאניזאציע איז געווען אן אפטיילונג פון דער פעלקער־ליגע וועלכע האבן דאס שוין איינגעשטעלט אין 920' נאכדעם וואס אסאך קלענערע ארגאניזאציעס האבן נישט באוויזן זיך צו פאראייניגן און אויסקעמפן די ביטערע טשאולירא עפעדימיק וואס האט דעמאלט געפלאגט די וועלט און אומגעברענגט מיליאנען מענטשן. די הונדערטער קליינע געזונט ארגאניזאציעס האבן זיך געטראפן אין אייראפע ביי עטליכע קאנפערענצן און אלע האבן איינגעזען אז עס וועט זיך אויספעלן א גרויסע אינטערנאציאנאלע געזונט ארגאניזאציע וועלכע זאל קאארדינירן די קלענערע ארגאניזאציעס און מיטהאלטן אינפארמאציע פון אלע לענדער.

די פעלקער־ליגע איז דורכגעפאלן מיט'ן אנהויב פון די צווייטע וועלט קריג און נאך די קריג איז געגרינדעט געווארן די יו-ען וועלכע האט נאכגעפאלגט די סטרוקטור פון די ליג או נעישאנס אבער מיט א גרעסערע מאכט.

אין אנפאנג האט די יו-ען נישט געוואלט גרינדן א געזונט ארגאניזאציע ווייל איר הויפט ציל איז געווען צו ברענגן שלום אין די וועלט דורך לעזן איטערנאציאנאלע קאנפליקטן. אבער נאך עטליכע יאר אין איר עקזיסטענץ האבן די דעלעגאציעס פון בראזיל און כינע פארלאנגט די יו-ען זאל אויפשטעלן אויך א געזונט ארגאניזאציע. די מיטגלידער אין די יו-ען זענען ערשט נישט געווען דערביי אבער שפעטער האבן זיי דאס געשטיצט מיט'ן פלאן אז עס וועט דינען אלס א באזונדערע ארגאניזאציע מיט אייגענע אקטיוויטעטן און אייגענע פאנדרעיזינג. די יו-ען האט אויפגענומען א גרופע געזונטהייט עקספערטן וועלכע האבן געארבעט אויף עמוירדזשענסי פארלייכטונגן אין די נאכפאלגונג פון די צווייטע וועלט קריג, און האט זיי געגעבן די אויפגאבע פון צוזאמענשטעלן א קאנסטיטוציע וועלכע זאל ערקלערן די סטרוקטור און מאנדאט פון איר קערפערשאפט וועלכע איז שפעטער באקונט געווארן אלס די וועלט געזונט ארגאניזאציע.

די "װעלט געזונט ארגאניזאציע" איז צוזאמענגעשטעלט פון א סעקריטעריאט וועלכע ווערט געפירט דורך א דירעקטאר גענעראל און ווערט איינגעטיילט דורך אן עקזעקיוטיווע באורד און דורכגעארבעט מיט אן אסעמבלי.

די סעקרעטעריאט באשטייט פון טויזנטער געזונטהייט ארבייטער וועלכע ארבעטן אין ראיאנישע אפיסעס און אין די מיטגלידער לענדער ארום די וועלט. אין שפיץ פון די ביוראקראטיע איז דער דירעקטער גענעראל וועלכער ווערט ערוועלט פאר א 5 יעריג'ן טערמין. די היינטיגע דירעקטאר איז מארגארעט טשען פון דרום קארעע, א געוועזענע דירעקטאר פון געזונט פאר די דרום קארעא רעגירונג.

די "װעלט געזונט פארזאמלונג" (World Health Assembly) איז די הויפט קערפערשאפט פון דער ארגאניזאציע וועלכע מאכן אלע באשלוסן און שטעלן אויס דעם סדר היום. די קערפערשאפט איז צוזאמענגעשטעלט פון דעלעגאטן פון אלע מיטגלידער לענדער וועלכע ציילן היינט 192. די אסעמבלי טרעפט זיך יעדעס יאר אין מאי צו דיסקוסירן די פלענער פאר'ן קומענדיגן יאר. רוב פון זייערע קאנפערענצן קומען פאר אין די ארגאניזאציע'ס הויפטקווארטיר אין גענף, שווייץ. אין עמוירדזשענסי פעלער וועלן זיי זיך טייל מאל טרעפן אין אנדערע לענדער. אין זייערע מיטינגן וועלן זיי איבערקוקן און באשטעטיגן די בודזשעט פאר'ן קומענדיג'ן יאר און באשליסן אין וועלכע פעלדער מען זאל ארבעטן. ווען עס פעלט זיך אויס וועלן זיי אויך ערוועלן א נייע עקזעקיוטיווע באורד און דער דירעקטאר גענעראל ווען זייערע טערמינען לויפ'ן אויס.

די עקזעקיוטיווע בארד איז צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך די אסעמבליפאר דריי יעריגע טערמינען. די ערוועלטע מוזן זיין טעכניש קוואליפיצירט אין די געזונטהייט פעלד און זענען געווענליך גרויסע דאקטוירים. זייערע הויפט מיטינגן קומען פאר אין יאנואר ווען זיי שטעלן אויס די אגענדע און די מאטיוון וועלכע זאלן אויסגעשמועסט ווערן אדער אונטערגענומען ווערן ביי די הויפט אסעמבלי מיטינג אין מאי. די בארד עצה'ט די אסעמבלי און טיילט איין זייער ארבעט. זיי נאמינירן דעם דירעקטאר גענעראל און רעקאמענדירן די הויפט אישוס וועלכע זאלן זיין אין באטראכט. די עקזעקיוטיווע באורד און די אסעמבלי ארבעטן דורך אלע פלענער און געבן דאס איבער פאר די סעקריטעריאט און דארפן זיכער מאכן אז זיי פירן אויס זייער ארבעט.

די וועלט געזונט ארגאניזאציע איז פינאנציאנירט פון צווי קוועלער: די באשטימטע ביישטייערונגן פון די מיטגלידער לענדער און פון וואלונטיר ביישטייערונגן פון די מיטגלידער און אנדערע ארגאניזאציעס ארום די וועלט. די באשטימטע ביישטייערונגן קומען אויס צו בערך נאנט צו 900 מיליאן דאלאר און די וואלונטיר ביישטייערונגן גרייכן שטענדיג איבער די סומע. צום בייפיל אין יאר 03' האבן וואלונטיר ביישטייערונגן באטראפן איין ביליאן און 380 מיליאן דאלאר.

די ארגאניזאציע'ס ארבעט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינע פון די הויפט זאכן אויף וואס די װעלט געזונט ארגאניזאציע ארבעט בעיקר איז צו פארמיידן קראנקייטן וועלכע פארשפרייטן זיך איבער די וועלט. איר גרעסטע סוקסעס איז דערווייל געווען איר געלונגענע קאמף קעגן די טויטליכע פאקן דעזיז וועלכע האט געדראעט די וועלט און לויט זייערע שאצונגן וואלט עס געקענט אומברענגן מיליאנען.

די ארגאניזאציע האט געפארשט און געפינען אז פאקן קען בלינד מאכן א מענטש און עטליכע טעג און עס וואלט אומגעברענגט 30 פראצענט פון די אנגעשטעקטע. די ארגינעלן פון די מחלה איז אויפגעברענגט געווארן דורך מעדיצינישע וויסנשאפטלער אין כינע וועלכע האבן געווארנט אז די מחלה וועט זיין א טויטליכע עפעדימיק פאר די גאנצע וועלט. די אויספארשונג איז דערנאך אריבער קיין ענגלאנד וואו די ענגלישע וויסנשאפטלער האבן אנטוויקעלט א וואקסינאציע. וויבאלד די וואקסינאציע איז געווען ניי און טייער האבן ווייניג מענטשן געהאט צוטריט דערצו און הונדערטער ארימע לענדער האבן דאס אפילו נישט פארמאגט. די װעלט געזונט ארגאניזאציע האט דאן אונטערגענומען א מולטי-מיליאן דאלארדיגן גלאבאלע וואקסינאציע קאמפיין אין יאר 1967.

די אגרעסיווע קאמפיין איז געווען דערפאלגרייך און די ארגאניזאציע האט באוויזן צו ראטעווען די וועלט אין א צירקע פון 10 יאר. לויט אפיציעלע רעקארדס איז דער לעצטער פאל פון פאקן געשען אין 1977. פון דארט און ווייטער האט די ארגאניזאציע געווארט דריי יאר ביז זיי זענען געווען זיכער אז די קראנקייט איז א ווירליכע פארגאנגענהייט און האט דאן געמאלדן מיט שטאלץ אז די וועלט איז פאקן פריי.

די נעקסטע מחלה איז אנגעקומען ווייניגער פון פינף יאר שפעטער און איז גערופן געווארן פאליא וואס איז א מחלה וועלכע האט בעיקר געטראפן קינדער אונטער 5 יאר אלט. די מחלה האט דעגרייכט ארום די וועלט און די װעלט געזונט ארגאניזאציע האט אונטערגענומען א קאמפיין קעגן דעם אין 1988 מיטן ציל דאס אויסצוראטן פון דער וועלט ביז'ן יאר 2005. אין 1994 האט די ארגאניזאציע דעקלערט אמעריקע פאליא פריי און א קורצע צייט דערנאך איז אויך די מערב פאציפיק דעקלערט געווארן פריי דערפון. אין יאר 02' איז אייראפע געווארן פריי דערפון און אפריקע און צפון אזיע זענען דערווייל געבליבן די איינציגסטע ערטער וואו די מחלה איז נאך נישט אינגאנצן אויסגעראטן.

די ארגאניזאציע האט געהאט א שוואכע סוקסעס אינעם קאמף קעגן דריי וועלט'ס פארשפרייטע מחלות וועלכע זענען: מאלאריע, טובערקולאז, און דער וועלט'ס גרעסטע מחלה עיטש-איי-ווי. וויבאלד די מחלות האבן נאך דערווייל נישט קיין רפואות און אויך איז נאך נישט אנטוויקעלט געווארן א וואקסינאציע דערפאר, איז די קאמף קעגן דעם זייער א שווערע און עס איז געצילט צו מינימיזירן די צעשפרייטונג פון די מחלה דורך פארשידענע צוריקהאלט מעטאדן. די װעלט געזונט ארגאניזאציע לייגט אריין גרויסע געלטער קעגן די מחלות און איר ארבעט איז געשעצט אין די גאנצע וועלט. די ארגאניזאציע האט מיט עטליכע יאר געמאלדן אז זי פלאנט צו עלימינירן די עיטש-איי-ווי מחלה מיט א פערטל ביז אין יאר 010'.

אין די לעצטע יארן האט די װעלט געזונט ארגאניזאציע ווידער ארויסגעוויזן איר געלונגענעם ארבעט מיט'ן אויסברעך פון די מיסטעריעזע מחלה וועלכע די וויסנשאפטלער האבן אנגערופן סארס. די מחלה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין כינע, האט שנעל אריבער געשפרייזט קיין אזיע און אויך קיין קאנאדע און האט געדראעט די גאנצע וועלט. וויבאלד די ארגאניזאציע האט נישט קיין מאכט אינצוטיילן די רעגירונגן וויאזוי צו רעאגירן צו די מחלה האט איר געדויערט זייער לאנג ביז זיי האבן באוויזן אריינצודרינגן אין די ריזיגע כינע און אויסגעפארשט וואו די מחלה איז געבוירן געווארן. די ארגאניזאציע'ס רעקאמענדאציעס און קאמף פלענער האבן אבער ריזיג געארבעט ווען קאנאדע און עטליכע אזיעאנער לענדער האבן באוויזן צו פארטרייבן די מחלה פון זייערע טעריטאריעס דורך איינצוימען און אויסשליסן די אנגעשטעקטע. סארס איז היינט א פארגאנגענהייט נאר א דאנק די ארבעט פון די װעלט געזונט ארגאניזאציע און לויט די ארגאניזאציע וואלט די מחלה געקענט פארמיטן ווערן איבער דריי פערטל אויב די כינעזער רעגירונג וואלט קאאפערירט און מודיע געווען די וועלט פון אירע ערשטע פעלער.

די ארגאניזאציע האט ליסטעס פון אינפארמאציע פאר אלע מענטשן וואס פארן אוועק צו אנדערע אומבאקאנטע לענדער וואס זיי זאלן טאן צו פארמיידן די מעגליכקייט פון איבערכאפן קראנקייטן. די ארגאניזאציע גיט יעדעס יאר איבער די אלע רעקאמענדאציעס צו אלע רעגירונגן און די מענטשן וועלכע ווילן פארן קענען דאס אנפרעגן ביי זייערע רעגירונגן אדער ביי די װעלט געזונט ארגאניזאציע זעלבסט.

צו יעדער גוטער זאך איז אבער פאראן קריטיק און אויך די וועלט געזונט ארגאניזאציע ווערט קריטיקירט אויף פארשידענע זאכן. איר הויפט קריטיק איז אז די ארגאניזאציע איז צו ביוראקראטיש און צענטראליזירט און דאס האלט איר צוריק פון שאפן גענוג געלט און טאן די בעסטע ארבעט. טיילמאל האט די קריטיק געהאלפן ווען עטליכע דירעקטאר גענעראלן האבן פארשפראכן אז זיי וועלן דאס האלטן פאר א פריאריטעט.

אנדערע קריטיק שרייען אז די ארגאניזאציע האט גענוג השפעה צו העלפן די וועלט מיט פובליק געזונטהייט וועלכע רעכנט אריין געזונטע עסנווארג, אפלאזן רויכערן, מאכן איבונגן, צוטריט צו געזונט קעיר, א גוטע ענווייראמענט, און נאך זאכן וועלכע עפעקטירן דאס לעבן פון רוב מענטשן אין די וועלט. די ארגאניזאציע זאגט אבער אז אין איר קאנסטיטוציע איז נישט אויסגערעכנט אז זי ברויך העלפן די וועלט מיט פובליק געזונט ווייל דאס העלפט נישט גארנישט קעגן וויירוסעס און אנדערע פארשפרייטע קראנקייטן און די ארבעט באלאנגט צו די לאקאלע רעגירונגן. מיט דעם אלעם גיט די ארגאניזאציע אויס מיליאנען דאלארן פער יאר צו שטודירן פובליק געזונט און זיי קומען יעדעס יאר ארויס מיט רעקאמענדאציעס וועלכע זיי גיבן איבער פאר די מיטגלידער לענדער.

די "װעלט געזונט ארגאניזאציע" האט עטליכע מאל פרובירט צו פירן א קאמף קעגן טאבאקע אבער אן ערפאלג. די ארגאניזאציע האט געפלאנט צו בעטן די מיטגלידער לענדער זיי זאלן פארבאטן זייערע טאבאקע פירמעס צו אדווערטייזן אדער ספאנסערן געלטער, שטרענגער מאכן די ווארענונגן אויף די שאכטלעך, פארבאטן רויכערן אין פובליק פלעצער, און רעדוצירן טאבאקע שמוגלעריי. אין 2005 האט די ארגאניזאציע ווידער פרובירט דאס זעלבע און האט געגרינדעט א פראיעקט קעגן טאבאקע וועלכע זי האט אנגערופן "פרעימוואורק קאנווענשאן אויף טאבאקע קאנטראל". די ארגאניזאציע האט געמאכט א גרויסע קאנווענשאן און האט אויסגעהערט פון אלע לענדער וואס זיי האבן שוין געטאן דערצו און וואס זיי פלאנען ווייטער צו טאן צו רעדוצירן טאבאקע אין זייערע לענדער. די ארגאניזאציע האט פארגעשלאגן אסאך שטרענגע פארסירונגן וועלכע טייל לענדער האבן אויפגעצויגן.


יו-ען