מסכת יבמות
מראה
מסכת יבמות איז די ערשטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות).
זי אנטהאלט 16 פרקים. די גמרא (תלמוד בבלי) פון יבמות ווערט גערעכנט אלס איינע פון די דריי שווערסטע מסכתות ("עני") אין ש"ס.
די מסכתא באהאנדלט די מצוות פון ייבום און חליצה.
נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נָשִׁים פוטרות צרותיהן (פיר משניות) - די פרויען וואס ווען זיי זענען געהייראט צו זיין ברודער וואס איז געשטארבן אן איבערלאזן קינדער, איז נישט דא קיין דין ייבום אויף זיי און אויך נישט אויף די אנדערע ווייבער פונעם נפטר.
- כֵּיצַד אשת אחיו שלא היה בעולמו (צען משניות) - המשך פונעם פריערדיקן פרק.
- אַרְבָּעָה אַחִין (צען משניות) - דינים פון א יבמה וואס האט א זיקה צו עטלעכע שוואגערס, און ספק קידושין און גירושין.
- החולץ ליבמתו (דרייַצן משניות)
- רבן גמליאל אומר (זעקס משניות)
- הבא על יבמתו (זעקס משניות)
- אלמנה לכהן גדול (זעקס משניות)
- הערל (זעקס משניות)
- יש מותרות (זעקס משניות)
- האשה שהלך בעלה (ניין משניות)
- נושאין על האנוסה (זיבען משניות)
- מצות חלִיצה (זעקס משניות)
- בית שמאי אומרים (דרייַצן משניות)
- חרש שנשא פקחת (ניין משניות)
- האשה שהלכה (צען משניות)
- האשה שהלך בעלה וצרתה (זיבען משניות)
מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |