געאגראפיע פון ארץ ישראל
ארץ ישראל געפינט זיך אינעם קאָנטינענט אזיע אין דעם מיטל מזרח און איז אריינגערעכנט אינעם בעקן פונעם מיטלענדישן ים. זיין צפון גרענעץ איז אין דרום פון היינטיקן לבנון און זיין צפון מזרח גרענעץ איז אין דרום־מערב סיריע; אין מזרח און דרום־מזרח טוט ער גרענעצן דעם אראבישן מדבר און ביים דרום עק איז דער ים סוף ; אין דער מערב זייט איז דער מיטלענדישן ים און אין דרום-מערב דער סיני האלאינזל.
ארץ ישראל געפינט זיך ביים האַרץ פונעם מיטל מזרח. ער איז פלאַצירט צו מערב פון דעם געגנט גערופן די פרוכבארע האלב־לבנה און צום דרום פון דער געגנט גערופֿן דער לעוואַנט, כאָטש לעצטנס באדייט דער באַגריף בלויז סיריע און לבנון.[1] הגם ארץ ישראל איז איינע פון די קלענסטע לענדער אין דער וועלט, ליגט עס צווישן פארשידענע געאלאגישע, פיזיאלאגישע און קלימאטישע עלעמענטן, און איז א פארבינדונגספונקט צווישן די דריי אלטע קאנטינענטן: אייראפע, אזיע און אפריקע .
ארץ ישראל האט א מיטלענדישן קלימאַט, דאָס הייסט - א לאַנגער קלאָרער, וואַרעמער און טרוקענער זומער, און דער ווינטער איז מילדער, אין די בערג און אין צפון א ביסל קעלטער. דער צפון און מזרח זענען בערגיש, אין דער מערב איז דער בארטן פּלוין, צו מזרח פלוסט דער ירדן, און אין דרום איז מדבר. אייבערפלאַך וואַסער געפֿונט זיך אין ארץ ישראל מערסטנס אין די פאלגנדע דריי ערטער: דער ים כנרת (מיט א שטח פון 164 קילאמעטער²), דער ים המלח (310 קילאמעטער²) און דער ירדן טייך (מיט א לענג פון 251 קילאמעטער). אין ארץ ישראל געפינט זיך דער נידריגסטער לאנדפונקט אין דער וועלט: דער ברעג פונעם ים המלח. פון 2017, איז דער ברעג הויך 431 מעטער אונטערן ים שטאַפּל . דער העכסטער פונקט מערב פון דעם ירדן איז בארג מירון מיט אַ הייך פון 1,204 מעטער. ווען מען רעכנט אריין דעם גולן געפינט זיך דער העכסטער פונקט אין בארג חרמון, אַ קופּאָל מיט א הייך פון 2,236 מעטער.
דער ווייַטסטער פונקט אין דער וועלט פֿון ארץ ישראל וואס איז אויף א יבשה פון איז דער (באוואוינטער) אינזל פון ראפא איטי ( אין די באַס אינזלען - וואס געהערן צו פֿראנצויזישער פּאָלינעזיע); דער אַנטיפּאָד פון דעם אינזל איז פלאצירט אנדערט האַלב גראַד דרום־מזרח פון אילת .
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אוראלטע צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מיטל אלטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאדערנע צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קלימאט פון ארץ ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ ארנון סופר, תמורות בגאוגרפיה של המזרח התיכון, עמ' 15.