לדלג לתוכן

ביין

פֿון װיקיפּעדיע
די ביינער פון א מענטשנ׳ס פוס

ביינער זענען א טייל פון דעם סקעלעט פון באשעפענישן מיט א רוקנביין . זיי באַשיצן גלידער אין דעם קערפער.[1]

די ביינער זענען דער גערעם פון דעם קערפער . אָן זיי וואלטן מענטשן און בהמות נישט געקענט שטיין, און געבליבן אַ הויפן פון גלידער אויף דער ערד.

דער קאפשארבן באשיצט דעם מוח און די ריפן באַשיצן דאס האַרץ און די לונגען. די קינבאק (בארדביין) און באקנביינער שטיצן די מוסקלען פונעם פנים, וואָס לאזט מענטשן שמייכלען. דער ברוסטקרסטן באשיצט דאס האַרץ און די לונגען, דער בעקן באשיצט די רעפּראָדוקציע גלידער און די חוליות פון דער שדרה באַשיצן די חוט-השדרה.

ביינער דאַרף מען אויסהאלטן מיט קאַלציום פון עסנווארג ווי מילך, און טונקעלע ירקות בלעטער ווי שפּינאַט. דער ביין מאַרך אינערהאלב די גרעסערע ביינער שאפט רויטע בלוט צעלן .

  1. (2004) My First Book on the Human Body. Bath: Robert Frederick. ISBN 0-7554-3506-0. 
מענטשלעכע אנאטאמיע 

קאפ: שטערןאויגאויערנאזמוילצונגציין - פניםבאקןגאמבע - ליפן

גענאק: האלדז - טיירוידפארינקסעפיגלאטיס

קערפער: אקסלעןרוקן בייןהאלדז - גענאק - שטימע קעסטל - ברוסטקאסטן - ברוסטבויך - באקן - איי - פלייצע - ארעם - דיך - עלנבויגן - הויט - נאגל - מאגן - געדערעם

סעקס גלידער: (פעניס/אייערבייטל אדער מוטערשייד/קליטאריס) – אנוסתחת

גלידער: ארעםעלנבויגןאונטערארעםהאנטגעלענקהאנטפינגער (גראבער פינגער - טײַטפֿינגער - גרויסער פינגער - רינגפינגער - מינדסטער פינגער) – שויסקניקלעצלפיאטעקנעכלפוספינגער (פוס))

הויט: האר - דריזן - אדערן - ביינער - מוסקל - ווייכביין