אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מתתיהו מילער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: tr:Matisyahu
מ r2.7.2) (באט: לייגט צו gl:Matisyahu
שורה 55: שורה 55:
[[fr:Matisyahu]]
[[fr:Matisyahu]]
[[ga:Matisyahu]]
[[ga:Matisyahu]]
[[gl:Matisyahu]]
[[hu:Matisyahu]]
[[hu:Matisyahu]]
[[it:Matisyahu]]
[[it:Matisyahu]]

רעוויזיע ביי 06:37, 28 סעפּטעמבער 2012

מתתיהו
מתתיהו

מתתיהו מיללער (געבוירן ה' תמוז ה'תשל"ט), באקאנט אלס מתתיהו, איז א בעל תשובה א געוועזענער לובאוויטשער וואס זינגט דזשאמייקישן רעגיי.

ביאגראפיע

ווערענדיג געבוירן צו פרייע ליבעראלע אידישע עלטערן אין וועסטשעסטער, פענסילוועניע. דערנאך האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין ווייט פלעינס, ניו יארק.

אין די שפעטערע 1990ער יארן איז ער געווארן נתקרב צו אידישקייט דורך חב"ד, נאכדעם וואס זיין נשמה האט געפלאקערט מיט ספיריטואלע אינספיראציע דורך זיין מוזיק. אין 2001 איז ער געווארן א פולשטענדיגער בעל תשובה, און האט אנגעהויבן שפילן מיט דער אידישער קאפעליע פא-דלית.

דערנאך האט ער חתונה געהאט און געבוירן איין קינד, זיך אפגעבנדיג מיט זיין מוזיק און לערנענדיג תורה אין איינע פון די ליובאוויטשער ישיבות אין זיין וואוין ארט קרוינהייטס. שפּעטער האָט ער זיך געצױגן צו ברסלב.[1].

דעצעמבער 2011 האָט ער זיך אפּגעשוירן זײַן באָרד,[2] שפעטער האט ער זיך עס געלאזט צוריק וואקסן.

מתתיהו
מתתיהו

זיין סטיל

מתתיהו האט אן אייגענארטיגן סטיל אין רעפ, וואס איז א געמיש פון רעגיי, רעפ, מיט גיטאר סאלא וועלכע מען געפינט מער ביי ראק מוזיק קאפעליעס.

זיין זינגען ווערט באשריבן דורך די וועלט בארימטע קריטיקס אין ניו יארק טיימס און שיקאגא טריבונע שרייבער קעווין פאנג, אלס א נשמה-אויפשאקלער, וואס דרינגט אריין ביז די חדרי הלב.

מתתיהו ווערט פאפולער

מתתיהו איז היינט א פאפולערער רעגיי זינגער און איז באקאנט אין גאנץ אמעריקע. זיינע אלבאמען זענען א צעכאפעניש.

ער טרעט אויף אין פרייע וועלטליכע קלאבס און קאנצערטן אויף טעלעוויזיע ארום די גארער וועלט, אלעס מיט זיין פולער חסידישער טראגע. אלע זיינע ניגונים זענען פיל מיט ווערטער וואס רופן צו דער נשמה צו עבודת ה'. שמחה און חסידישע באגריפן, ער באנעמט זיך זייער איידל און פיל מיט הכנעה. זיין פירונג רופט ארויס טיפע רעספעקט פון אלעמען איבער די וועלט, מיט זיין שטרענג זיך האלטן צו דער אידישער תורה געזעצן און פארבאטן אפילו אין די שווערסעט אומשטענדן, טרעט נישט אויף אים שבת, רירט נישט צו א פרוי'ס האנט, עסט נאר כשר. א.א.וו.

זיינע אלבאמען

דערוויייל האט שוין מתתיהו ערצייגט 4 מוזיק אלבאמען.

  1. שעיק אוו די דאסט. נאוועמבער 1, 2004.
  2. לייוו עט סטאבס. אפריל 19, 2005.
  3. יוט. (יוגנט) מערץ 7, 2006
  4. יוט דאב. מערץ 7, 2006. (פראוויזיע)
  5. light - יוני 2009. אין איר די סינגל One Day.

רעפערענצן

  1. דה בוב אנד דה באבא, (הארץ, אקטאבער 9, 2007)
  2. הארץ

װעבלינקען