רעגיי

פֿון װיקיפּעדיע

רעגיי (ענגליש: Reggae) איז א זשאנער פון מוזיק פון דזשאמייקע. טייל רופן אלע מוזיק פון דזשאמייקע רעגיי. רעגיי האט אנגעהויבן אין די סוף 1960ער יארן. אין רעגיי קלאפט דער באס פויק ביי יעדן צווייטן און פערטן טאקט. די מערסטע געניצטע אינסטרומענטן אין רעגיי זענען פויקן, גיטאר, סאקסאפאן, טרומייט און טראמבאן.

ראסטאפארי גרופעס אפטמאל שפילן רעגיי צו זינגען רעליגיעזע געזאנגען.

די ערשטע רעגיי זינגער זענען געוואן באב מארלי, פיטער טאש און באני וויילער.

רעגיי האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פאראייניגטן קעניגרייך אין די סוף 1970ער יארן.

רעגיי ווערט געשפילט היינט אין דרום אמעריקע, ענגלאנד, איסלאנד, פוילן, דרום אפריקע און די פיליפינען.