אסאם
|
אַסאַם (ענגליש: Assam; אסאמעזיש: অসম אקסאם) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין צפון־מזרח אינדיע, ארומגענומען מיט בהוטאן אין צפון, דעם לאנד באנגלאדעש אין דרום, און די אינדישע שטאטן ארונאטשאל פראדעש, נאגאלאנד, מאניפור, מיזאראם, טריפורא און מעגהאלאיא. אסאם איז געווארן א טייל פון בריטישער אינדיע אין 1828.
די הויפטשטאט איז דיספור און די גרעסטע שטאט איז גואוואהאטי. די שפראך פון דעם שטאט איז אסאמעזיש.
אַסאַם באדעקט א שטח פון 78,438 ק"מ², גרעסער ווי פאנאמא און קלענער ווי טשעכיי; ער איז דער 16טער שטאַט לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 31,169,272 מענטשן (אין 2011), איז אַסאַם דער 14טער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.
דער טייך בראהמאפוטרא פליסט לענגאויס דעם שטאַט.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שטאטן און טעריטאריעס פון אינדיע | ||
---|---|---|
שטאַטן | אדישא · אוטאר פראדעש · אוטאראקהאנד · אנדרא פראדעש · אסאם · ארונאטשאל פראדעש · ביהאר · גאא · גודזשאראט · האריאנא · דזשאמו און קאשמיר · דזשארקהאנד · הימאטשאל פראדעש · טאמיל נאדו · טעלאנגאנע · טשאטיסגארה · מאדהיא פראדעש · מאהאראשטרא · מאניפור · מיזאראם · מעגהאלאיא · מערב בענגאל · נאגאלאנד · סיקים · פונדזשאב · קארנאטאקא · קעראלא · ראדזשאסטהאן |
|
פארבאנד טעריטאריעס |