לדלג לתוכן

טשאטיסגארה

פֿון װיקיפּעדיע
טשאַטיסגאַרה (שטאַט פון אינדיע)
छत्तीसगढ़
Chhattisgarh
מדינה / טעריטאָריע אינדיע
גרינדונג דאַטע 1טן נאוועמבער 2000
הויפּטשטאָט פון שטאַט פון אינדיע רייפור
21°16′N 81°36′E / 21.27°N 81.60°E / 21.27; 81.60
אָפיציעלע שפּראַך הינדי, טשאטיסגאריש
שטח 135,194 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאַט פון אינדיע
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

25,545,198‏  (שטייענדיג 2011)
190 באוואוינער א ק"מ2

טשאַטיסגאַרה (ענגליש: Chhattisgarh; הינדי: छत्तीसगढ़) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין צענטראל-אינדיע, ארומגענומען מיט אוטאר פראדעש אין צפון, דזשארקהאנד אין צפון־מזרח, אדישא אין מזרח, טעלאנגאנע און אנדרא פראדעש אין דרום, מאהאראשטרא אין דרום־מערב און מאדהיא פראדעש צו צפון־מערב. טשאַטיסגאַרה איז געשאפן געווארן דעם 1טן נאוועמבער 2000 פון די 16 דרום־מזרחדיקע דיסטריקטן פון מאדהיא פראדעש.

די הויפטשטאט איז רייפור. די שפראכן פון דעם שטאַט זענען הינדי און טשאטיסגאריש.

טשאַטיסגאַרה באדעקט א שטח פון 135,194.5 ק"מ², און איז דער צוועלפטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 25,545,198 מענטשן (אין 2011), איז טשאַטיסגאַרה דער 16סטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טשאטיסגארה