טעמזלינק
טעמזלינק | |
א קלאס 700 טעמזלינק באן ביי בלעקפרייערס סטאנציע אין לאנדאן | |
אינפֿא | |
טיפ | צופארער באן, פארשטאטישע באן |
סיסטעם | נאציאנאלע באן |
סטאטוס | אפערירט |
לאקאציע | מזרח ענגלאנד גרויסלאנדאן דרום-מזרח ענגלאנד |
סוף-סטאנציעס | בעדפארד, לוטאן, פיטערבארא, קעמברידזש סאטאן, סעוונאקס, הארשאם, ברייטאן |
צאל סטאנציעס | 115 (מער אין די שפיץ שעה׳ן) |
צאל ליניעס | 6 |
אפעראציע | |
געעפנט | 1988 |
אייגנטומער | נעצווערק באן |
פארוואלטער | טעמזלינק און גרויס-נארדערן סאדאיסטערן (באדינונגען צוזאמען מיט טעמזלינק) |
וואקזאל(ן) | בעדפארד קריקלוואוד |
באוועגלעכער סטאק | קלאס 319 Class 377 Electrostar Class 387 Class 700 |
טעכניש | |
אפשטאַנד | 1,435 מ״מ (4 ft 8 | 1⁄2 in)
עלעקטריפֿיקאציע | 25 kV 50hz AC 750 V DC דריטע שינע |
העכסטע גיך | 100 |
טעמזלינק איז א רוטע אין דער בריטישער באן סיסטעם מיט 115 סטאנציעס. ער איז לאנג 225 ק״מ. די רוטע גייט פון צפון צו דרום אדורך לאנדאן פון בעדפארד, פיטערבארא או קעמברידזש קיין ברייטאן, הארשאם און ריינהאם. די רוטע גייט צו לאנדאן גאטוויק ערפארט און לאנדאן לוטאן ערפארט; אויך האט זי א פארשטאטישן שלייף וואס גייט קיין סאטאן און ווימבלדאן. וואכנטעג גייט אויך א פארשטאטישע ליניע אדורך קאטפארד און בראמלי דרום קיין סעוונאקס.
טעמזלינק האט געעפנט ווי א באדינונג אדורך לאנדאן אין 1988. ביז 1998, איז די סיסטעם געווארן זייער איבערגעפאקט, מיט מער ווי 28,000 פאסאזשירן אין דעם פארמיטאג שפיץ.
באדינונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גיכע באנען פארן נארמאל צווישן ברייטאן און בעדפארד אדורך לאנדאן ברידזש. פארשטאטישע שלייף באנען הייבן אן אדער ביי ווימבלדאן אדער ביי סאטאן און שטעלן זיך אפ ביי אלע סטאנציעס ביז לוטאן. פארשטאטישע באנען פון סעוונאקס שטעלן זיך אפ ביי אלע סטאנציעס אדורך סוואנלי און בראמלי דרום, קאטפארד און פעקהאם ריי, ביז דער סוף סטאנציע וועסט האמפסטעד מאנטיק ביז פרייטיק, בלעקפרייערס סוף־וואך. עס זענען פאראן אויך באדינונגען צווישן בעדפארד אדער לוטאן אדער סאנט אלבאנס און סאנט פאנקראס. אין די שפיץ שעה׳ן אפערירן טעמזלינק און סאדאיסטערן צוזאמען באדינונגען צווישן ראטשעסטער, אשפארד אינטערנאציאנאל אדער בירסטעד און בעדפארד. ס׳איז פאראן א טאג און נאכט באדינונג (אחוץ זונטיק ביינאכט מאנטיק אינדערפרי) וואס אפערירט צווישן בעדפארד און דריי ברידזשעס און באדינט לוטאן פליפעלד פארקוועג און גאטוויק לופטפעלד.[1]
באוועגלעכער סטאק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קלאַס | בילד | טיפ | העכסטע גיך | נומער | רוטעס אפערירט | געבויט | |
---|---|---|---|---|---|---|---|
מייל א שעה | ק״מ א שעה | ||||||
מוסטער:Brc Desiro City | EMU | 100 | 160 | 115 | טעמזלינק ברייטאן / גאטוויק פליפעלד ↔ בעדפארד ברייטאן ↔ קעמברידזש הארשאם ↔ פיטערבארא ליטלהאמפטאן ↔בעדפארד ריינהאם ↔ בעדפארד סעוונאקס ↔ בלעקפרייערס סאטאן ↔ לוטאן |
2014-18 |
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ First Capital Connect: Timetables (ארכיווירט 04.08.2014 ביי דער Wayback Machine) דערגרייכט דעם 4טן מערץ 2014