מעטראפאליטאן ליניע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מעטראפאליטאן
מאפע קאליר מאדזשעטא
ערשט אפערירט 1863
טיף אונטער אייבערפלאך
בארעדערטער סטאָק S סטאק (8 וואגנס)
סטאנציעס 34
לענג (ק"מ) 67
לענג (מיילן) 42
וואקזאלן ניזדן[1]
רייזעס 66.8 מיליאן (2011) (א יאר)
באן ליניעס פֿון טראנספארט פאר לאנדאן
לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס
  בעקערלו
  דיסטריקט
  האמערסמיט און סיטי
  וואטערלו און סיטי
  וויקטאריע
  יובילי
  מעטראפאליטאן
  נארדערן
  פיקאדילי
  צענטראל
  קרייז
אנדערע ליניעס
  דאקלאנדס לייכטע באן
  טראמלינק
  איבערגרונט

די מעטראפאליטאן ליניע איז א ליניע אין דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און זיין קאליר אויף דער אונטערגרונט מאפע איז מאדזשענטא. די מעטראפאליטאן ליניע איז איינע פון די צוויי לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס וואס גייען ארויס פונעם גרענעץ פון גרויסלאנדאן (די אנדערע איז די צענטראל ליניע.


די ליניע גייט פון דער סיטי פון לאנדאן און ציט זיך פון מזרח צום מערב. די ליניע הייבט אן פון אלדגייט, אדורך צענטראל לאנדאן און צפון־מערב לאנדאן ביז הארוי-אויפן-היל, וואו די ליניע צעשיידט זיך אין א צווייג קיין אַקסברידזש; אנדערע צווייגן דערגרייכן וואטפארד, עמערשאם און טשעשאם. די ערשטע 6 מייל פון אלדגייט ביז פינטשלי ראד, כולל 9 פון די 34 סטאנציעס, זענען אונטער דער ערד.

די מעטראפאליטאן ליניע טיילט די רעלסן און סטאנציעס מיט די האמערסמיט און סיטי און קרייז ליניעס פון אלדגייט ביז בעקער סטריט, און מיט דער פיקאדילי ליניע צווישן ריינערס ליין און אַקסברידזש, און אויך צווישן הארא-אויפן-היל און עמערשאם מיט טשילטערן באנען.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די מעטראפאליטאן באן איז געווען א פאסאזשירן און פראכט באן וואס האט געדינט לאנדאן פון 1863 ביז 1933. די ערשטע ליניע האט פארבונדן די הויפטליניע לאנדאנער סוף־סטאנציעס פאדינגטאן, יוסטאן און קינגס קראס, און האט געעפנט דעם 10טן יאנואר 1863.

רוטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מאפע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די רוטע פון דער מעטראפאליטאן ליניע אדורך די לאנדאנער באראס און די גראפנשאפטן הארטפארדשיר און באקינגהאמשיר

פאקטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די מעטראפאליטאן ליניע איז לאנג 67 קילאמעטער (42 מייל). די ליניע האט 34 סטאנציעס און ווערט באדינט פון S סטאק באנען, מיט 8 וואגאנען אין יעדן צוג.

די ערשטע 9.7 ק״מ (6 מייל) פון אלדגייט זענען אונטער דער ערד,[2] געטיילט מיט די קרייז און האמערסמיט און סיטי ליניעס ביז בעקער סטריט, וואו די ליניע צעצווייגט זיך, בלייבנדיק אין טונעל ביז פינטשלי ראד.[3] צווישן פינטשלי ראד און וועמבלי פארק ציט זיך די ליניע פאראלעל צו דער יובילי ליניע, א פאר באנוועגן אין יעדער ריכטונג, מיט אן אריבערן־פעראן איבערבייט אין די צוויי סטאנציעס. ביי וועמבלי פארק צעצווייגט זיך די יובילי ליניע צום סטאנמאר צווייג. א ביסל נאך פינטשלי ראד ציען זיל די פיר באנוועגן מיט דער נעצווערק באן טשילטערן הויפטליניע פון מארילעבאן.[3]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. London Underground Key Facts. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם 2008-05-21.
  2. מעטראפאליטאן ליניע פֿאקטן. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם ‏23סטן נאוועמבער 2012.
  3. 3.0 3.1 Detailed London Transport Map. carto.metro.free.fr. דערגרייכט דעם ‏23סטן נאוועמבער 2012.