לדלג לתוכן

אקסברידזש אונטערגרונט סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 51°32′45″N 0°28′42″W / 51.5459°N 0.4783°W / 51.5459; -0.4783
אַקסברידזש לאנדאנער אונטערגרונט
בילד

אריינגאנג צו סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון אַקסברידזש אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Uxbridge
יאר געעפנט: 1904
לאקאציע: אַקסברידזש
בארא: הילינגדן
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: מעטראפאליטאן ליניע
פיקאדילי ליניע
צאל פעראנען: 4
טראוולקארטע זאנע: זאנע 6
צאל פאסאזשירן אין יאר: 8.34 מיליאן (2015)

אַקסברידזש (ענגליש: Uxbridge) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין אַקסברידזש, צפון־מערב לאנדאן, און איז די סוף־סטאנציע פונעם אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.

די הארוי און אקסברידזש באן (שפעטער צונויפגעמישט אין דער מעטראפאליטאן באן) האט געעפנט א סטאנציע אין אַקסברידזש אום 4טן יולי 1904. אום 1טן מערץ 1910 איז די דיסטריקט ליניע געווארן פארלענגערט פון דרום הארוי צו פארבינדן מיט דער מעטראפאליטאן באן ביי ריינערס ליין און די דיסטריקט האט אנגעהויבן א באן באדינונג קיין אקסברידזש.

פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.

אום 4טן דעצעמבער 1938 האט מען געעפנט די היינטיקע סטאנציע געביידע.

א גאנצן טאג

  • 8 באנען א שעה קיין אלדגייט.

אין די מארגנדיקע שפיץ שעה׳ן

  • 2 באנען א שעה קיין אלדגייט (האלב-גיך)
  • 4 באנען א שעה קיין אלדגייט (אלע סטאנציעס)
  • 4 באנען א שעה קיין בעקער סטריט (אלע סטאנציעס)

אין די אוונטדיקע שפיץ שעה׳ן

  • 7 באנען א שעה קיין אלדגייט (אלע סטאנציעס)
  • 3 באנען א שעה קיין בעקער סטריט (אלע סטאנציעס)

א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס

אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס

פאסאזשירן ווערן געראטן צו פארן מיט דער ערשטער באן און טוישן באן אין ריינערס ליין ווען נייטיק, ווייל פון דארטן הייבן אן העלפט פון די פיקאדילי ליניע באנען.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אקסברידזש אונטערגרונט סטאנציע
  פֿריערדיגע סטאנציע    לאנדאנער אונטערגרונט לאנדאנער אונטערגרונט     פֿאלגנדע סטאנציע  
מעטראפאליטאן ליניעסוף-סטאנציע
פיקאדילי ליניע
  געוועזענע באדינונגען  
דיסטריקט ליניע
(1910-1933)
סוף-סטאנציע