לדלג לתוכן

לאנדאנער איבערגרונט

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא פון לאנדאנער איבערגרונט

דער לאנדאנער איבערגרונט (ענגליש: London Overground) איז א פארשטאטישע באן נעטווארק אין לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך, געגרינדעט אין 2007. די איבערגרונט באדינט א גרויסן טייל פון גרויסלאנדאן און הארטפארדשיר, און האט 112 סטאנציעס אויף עטלעכע ליניעס: די צפון לאנדאן ליניע, מזרח לאנדאן ליניע, מערב לאנדאן ליניע, וואטפארד ליניע, גאספל אק צו בארקינג ליניע, די לי וואלי ליניעס און די ראמפארד-אפמינסטער ליניע.

דער איבערגרונט ווערט באצייכענט מיטן קאליר אראנזש, וואס ווערט געניצט אין איבערגרונט רונדל און און אויף דער טיוב מאפע.

רוטע מאפע אין 2024

די אָנהייב נעצווערק מיט אירע באדינונגען און צייטפלאן זענען געווען א פֿארטזעצונג פון די סילווערלינק מעטרא באדינונגען, א גרופע רוטעס וואס די נארד לאנדאן און לאנדאן און נארט־וועסט אייזנבאן פֿירמעס האבן געבויט און עלעקטריפֿיציר אין די 19טן און אָנהייב 20טן יאָרהונדערטער. אזוי ווי דער איבערגרונט נאָמען איז משמע, איז כמעט די גאנצע נעצווערק העכער דעם גרונט. זי באשטייט בעיקר פון באנליניעס וואס פֿארבינדן געגנטן אינדרויסן פון צענטראל לאנדאן, מיט א גרויסן טייל פון דער נעצווערק אין זאנע 2.

די נעצווערק ניצט אויך יוסטאן אין צענטראל לאנדן, דעם דרום סוף־סטאנציע פון דער וואטפֿארד DC ליניע.

ריכטיג פאר מיי 2024, זענען די טיפישע באדינונג פרעקווענצן אין באנען א שעה:

אקטועלע רוטעס און פרעקווענצן
רוטעס פרעקווענץ (א שעה) וואקזאל(ן) באוועגלעכע סטאק
מזרח און דרום לאנדאן 4 הייבורי און איזלינגטאן – מערב קרוידן

4 הייבורי און איזלינגטאן – קריסטאל פאלאץ

4 דאלסטאן קנופ – ניו קראס

4 דאלסטאן קנופ – קלאפהאם קנופ 

New Cross Gate TMD קלאס 378 עלעקטראסטאר
צפון און מערב לאנדאן 4 ריטשמאנד – סטראטפארד

4 קלאפהאם קנופ – סטראטפארד

Willesden TMD
וואטפארד לאקאל 4 לאנדאן יוסטאן – וואטפארד קנופ
גאספל אק – בארקינג 4 גאספל אק – בארקינג קלאס 172 טורבאסטאר
לאנדאן ליווערפול סטריט -

ענפילד שטאט/טשעשאנט

4 (שפיץ), 2 (נישט שפיץ) לאנדאן ליווערפול סטריט – ענפילד שטאט

2 לאנדאן ליווערפול סטריט – טשעשאנט

Ilford TMD

Chingford sidings Gidea Park Sidings

מוסטער:BRC, מוסטער:BRC
לאנדאן ליווערפול סטריט -

טשינגפארד 

4 לאנדאן ליווערפול סטריט – טשינגפארד
ראמפארד – אפמינסטער 2 ראמפארד – אפמינסטער
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לאנדאנער איבערגרונט