עליזאבעט ליניע

פֿון װיקיפּעדיע

די עליזאבעט ליניע איז א פֿרעקווענטע פֿארשטאטישע פאסאזשירן באדינונג אין לאנדאן און ארום. זי האט באדינונגען אויף קרייבצאן אין צענטראל־לאנדאן צווישן לאנדאן פאדינגטאן און עבי וואוד; לאנדאן פאדינגטאן קיין רעדינג און היטרוי פליפארט אין מערב אריבער דער גרויס-מערבדיקער הויפטליניע; און צווישן ליווערפול סטריט און שענפילד אין מזרח אריבער דער גרויס-מזרחדיקער הויפטליניע. די באדינונג האט א נאמען נאך דער קעניגין עליזאבעט די צווייטע, וואס האט עמטלעך געעפנט די ליניע אום 17טן מיי 2022, און די פאסאזשירן באדינונג האט אנגעהויבן אום 24סטן מיי 2022.