וואוליטש באן סטאנציע
קאארדינאטן: 51°29′31″N 0°04′19″E / 51.492°N 0.072°E
| וואוליטש | |
|---|---|
וואוליטש סטאנציע | |
|
לאקאציע פון וואוליטש אין גרויסלאנדאן | |
| לאקאלער סטאנציע נאמען: | Woolwich |
| יאר געעפנט: | 2022 |
| לאקאציע: | וואוליטש |
| בארא: | קעניגלעכע בארא פון גריניטש |
| פארוואלטער: | קרייצבאן |
| צאל פעראנען: | 2 |
| סטאנציע קאד: | WWC |
| טראוולקארטע זאנע: | זאנע 4 |
וואוליטש (ענגליש: Woolwich) איז א קרייצבאן סטאנציע אין וואוליטש, מזרח לאנדאן, וואס האט געעפנט אום 24סטן מיי 2022,[1][2] מיט ביז 12 באנען א שעה קיין קאנערי ווארף און צענטראל לאנדאן.[1]
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואוליטש באן סטאנציע איז געבויט געווארן דורך קרייצבן ווי א טייל פונעם קרייצבאן (עליזאבעט ליניע) באן פראיעקט. קרייצבאן איז אונטערגעשריבן דורכן דעפארטמענט פאר טראנספארט (DfT) און טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) צוזאמען.[3]
לאקאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען האט געבויט די סטאנציע אויפן דרום־מזרח טייל (דעם עבי וואוד צווייג) פון דער עליזאבעט ליניע פון דער קרייצבאן רוטע; וואוליטש איז דער לעצטע סטאנציע פאר דער סוף־סטאנציע.
דאס סטאנציע־קעסטל איז לאנג 276 מ (906 פיס) און 14מ (46 פיס) אונטער דער ערד, און ליגט אונטער א הויפט באוואוינונג אנטוויקלונג ארט.
מאפע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
באדינונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיטן עפֿענען פֿון דער נייער סטאַנציע איז פֿארקירצט געווארן די רייזע פון וואוליטש קיין קאנערי ווארף צו אכט מינוט און די רייזע ביז די היטרוי סטאנציעס צו 47 מינוט.[3] די סטאנציע ווערט באדינט דורך 12 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.
| פריערדיקע סטאנציע | פאלגנדע סטאנציע | |||
|---|---|---|---|---|
סוף-סטאנציע | עליזאבעט ליניע | קיין פאדינגטאן |
||
| צוקונפטדיקע אנטוויקלונגען | ||||
סוף-סטאנציע | עליזאבעט ליניע | |||
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1 2 Woolwich Station.
- ↑ Crossrail Project Update.(אויף ענגליש)
- 1 2 Crossrail Woolwich Station. railway-technology.com.

| עליזאבעט ליניע | ||
|---|---|---|
| שענפילד צווייג | ||
| עבי וואוד צווייג | ||
| יאדער אפטייל | ||
| היטרוי צווייג | ||
| רעדינג צווייג | ||
| באוועגלעכע סטאק | ||