העקני צענטראל באן סטאנציע
העקני צענטראל באן סטאנציע | |
---|---|
לאקאציע פון העקני צענטראל באן סטאנציע אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Hackney Central |
יאר געעפנט: | 1980 |
לאקאציע: | העקני |
בארא: | העקני |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | נארד לאנדאן ליניע |
צאל פעראנען: | 2 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 2 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 5.708 מיליאן (2014-15) |
העקני צענטראל סטאנציע (ענגליש: Hackney Central) איז א באן סטאנציע אויף דער נארד לאנדאן ליניע פון דער לאנדאנער איבערגרונט אין דער לאנדאנער בארא פון העקני אין צפון לאנדאן. זי איז אין טראוולקארט זאנע 2.
די סטאנציע איז באהאפטן מיט העקני דאנס באן סטאנציע דורך א פאסאזשירן־וועג וואס מ׳האט געעפנט יולי 2015. אזוי קען מען אריבערגיין צווישן די סטאנציעס אן דארפן ארויסגיין אויף דער גאס.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סטאנציע האט געעפֿנט צום ערשטן מאל אום 26סטן סעפטעמבער 1850 מזרח פון מער גאס, מיטן נאמען העקני. מען האט פארמאכט די סטאנציע דעם 1טן דעצעמבער 1870 ווען מען האט געעפנט א נייע סטאנציע צו מערב פון מער גאס.
אום 12טן מיי 1980 האט בריטישע באן געעפנט א נייע סטאנציע, העקני צענטראל, א ביסל צו מערב פון דער 1870 סטאנציע.
גאלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
קוקנדיק אויף מזרח
-
קוקנדיק אויף מערב
-
סטאנציע שילד
באדינונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די באדינונג אחוץ פון די שפיץ שעה׳ן איז:
- 4 באנען א שעה קיין ריטשמאנד
- 2 באנען א שעה קיין קלאפהאם קנופ
- 6 באנען א שעה קיין סטראטפארד.
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער איבערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין סטראטפארד | נארד לאנדאן ליניע | קיין קלאפהאם קנופ אדער ריטשמאנד |
||
אויס-סטאנציע איבערבייט | ||||
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער איבערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
קיין ענפילד שטאט אדער טשעשאנט | לי וואלי ליניעס סעוון סיסטערס צווייג טראנספערירן ביי: העקני דאנס | קיין ליווערפול סטריט |
||
קיין טשינגפארד | לי וואלי ליניעס טראנספערירן ביי: העקני דאנס | קיין ליווערפול סטריט |