לדלג לתוכן

ברייטאן באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 50°49′44″N 0°08′28″W / 50.8288°N 0.1411°W / 50.8288; -0.1411
ברייטאן
בילד
לאקאלער סטאנציע נאמען: Brighton
יאר געעפנט: 1840
לאקאציע: ברייטאן
לאקאלער ראט: ברייטאן און האוו
פארוואלטער: סאדערן
צאל פעראנען: 8
סטאנציע קאד: BTN
יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 16.941 מיליאן
2014-15 ארויף 17.171 מיליאן
2015-16 ארויף 17.333 מיליאן
2016-17 אראפ 15.993 מיליאן

ברייטאן באן סטאנציע (ענגליש: Brighton Railway Station) איז די דרום סוף־סטאנציע פון דער ברייטאן הויפט-ליניע אין דרום ענגלאנד זי איז די הויפט סטאנציע וואס באדינט די שטאט ברייטאן, מזרח סאסעקס. די סטאנציע ווערט באדינט דורך באנען אפערירט דורך סאדערן, טעמזלינק, גאטוויק עקספרעס און גרויס-מערבדיקער אייזנבאן.

די סטאנציע האט זיך געעפנט דעם 11טן מיי 1840 דורך דער לאנדאן און ברייטאן אייזנבאן צו פארבינדן ברייטאן מיט שארהאם-אויפן-ים. אין 1841 האבן זיי פארבינדן ברייטאן מיט לאנדאן ברידזש קיין צפון און די גראפנשאפט־שטאט לואיס קיין מזרח. אין 1846 האט זיך די אייזנבאן פירמע צונויפגעמישט מיט אנדערע אייזנבאן פירמעס צו ווערן די לאנדאן, ברייטאן און דרום בארטן אייזנבאן.

די סטאנציע האט 8 פעראנען, נומערירט 1 צו 8 פון לינקס אויף רעכטס קוקנדיק פון דעם הויפט אריינגאנג. אלע פעראנען זענען גענוג לאנג פאר באנען מיט 12 וואגאנען.

  • פעראנען 1 און 2 קענען נאר געניצט ווערן דורך באנען אויף דער מערב בארטנוועג ליניע. זיי ווערן באדינט דורך סאדערן באדינונגען קיין האוו, ווערטינג, טשיטשעסטער, פארטסמוט הארבאר און סאוטהאמפטאן צענטראל, ווי אויך גרויס־מערבדיקע אייזנבאן באדינונגען קיין בריסטאל טעמפל מידס און ווייטער.
  • פעראן 3 איז דער איינציגער פעראן וואס אלע באדינונגען אויף אלע דריי ליניעס קענען באניצן (אויבוואויל באנען אויף דער מערב בארטנוועג ליניע קענען זיין לאנג נאר 4 וואגאנען). ער ווערט באניצט מערסטנס דורך ברייטאן הויפט־ליניע באדינונגען.
  • פעראנען 4-8 קענען ווערן באניצט דורך באדינונגען אויף דער ברייטאן הויפט־ליניע און אויף דער מזרח בארטנוועג ליניע. געוויינטלעך ווערן פעראנען 4-6 (אויך פעראן 3) געטיילט צווישן סאדערן, גאטוויק עקספרעס און טעמזלינק באדינונגען אויף דער ברייטאן הויפט־ליניע, און פעראנען 7 און 8 ווערן געניצט דורך סאדערן באדינונגען אויף דער מזרח בארטנוועג ליניע.


פריערדיקע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעסאדערן
ברייטאן הויפט ליניע
סוף-סטאנציעטעמזלינק
טעמזלינק
סוף-סטאנציעגאטוויק עקספרעס
נאר שפיץ שעה׳ן
סאדערןסוף-סטאנציע
סוף-סטאנציעסאדערן
גרויס-מערבדיקע אייזנבאן
מערב בארטנוועג ליניע
באגרענעצטע באדינונג

די געוויינטלעכע באדינונג אין די נישט שפיץ שעה׳ן איז:

מערב בארטנוועג ליניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מזרח בארטנוועג ליניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ברייטאן באן סטאנציע

באן צייטן און סטאנציע אינפארמאציע פון נאציאנאלע באן פאר ברייטאן באן סטאנציע.