לדלג לתוכן

קעמברידזש באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 52°11′38″N 0°08′17″E / 52.194°N 0.138°E / 52.194; 0.138
קעמברידזש
בילד

סטאנציע געביידע

לאקאלער סטאנציע נאמען: Cambridge
יאר געעפנט: 1845
לאקאציע: קעמברידזש
לאקאלער ראט: סיטי פון קעמברידזש
פארוואלטער: גרויס־אנגליא
ליניעס אדורך דער סטאנציע: ברעקלאנד ליניע (ענ')
מערב-אנגליא הויפט-ליניע (ענ')

פֿען ליניע (ענ')
איפסוויטש-אילי ליניע (ענ')
קעמברידזש ליניע (ענ')

צאל פעראנען: 8
סטאנציע קאד: CBG
יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 9.825 מיליאן
2014-15 ארויף 10.420 מיליאן
2015-16 ארויף 10.954 מיליאן
2016-17 ארויף 11.425 מיליאן
2017-18 ארויף 11.530 מיליאן

קעמברידזש באן סטאנציע (Cambridge railway station) איז די הויפט באן סטאנציע וואס באדינט די שטאט קעמברידזש אין מזרח ענגלאנד. די סטאנציע געפינט זיך 1 מייל (1.6 ק״מ) דרום-מזרח פון דעם שטאט־צענטער, און איז די צפון סוף־סטאנציע פון דער מערב-אנגליא הויפט-ליניע פון לאנדאן ליווערפול סטריט.

די סטאנציע האט אכט פעראנען.

אויך איז קעמברידזש די סוף־סטאנציע פון נאך דריי רוטעס: די פֿען ליניע קיין קינגס לין, די ברעקלאנד ליניע קיין נאריטש און די איפסוויטש-אילי ליניע קיין איפסוויטש.


קעמברידזש באן סטאנציע איז געעפנט געווארן אום 29סטן יולי 1845, מיט באדינונגען פון בישאפסגייט סטאנציע אין לאנדאן אדורך סטראטפארד און בישאפס סטארטפארד.


קעמברידזש ווערט באדינט דורך עטלעכע באן אפערירער:


פריערדיקע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
אילי   קראסקאנטרי
בירמינגהאם - סטאנסטעד פליפעלד
  אדלי ענד
קעמברידזש נארד   גרויס-אנגליא
פֿען ליניע
  וויטלספארד פארקוועג אדער שעלפארד
קעמברידזש נארד   גרויס נארדערן   לאנדאן קינגס קראס
סוף-סטאנציעטעמזלינק
טעמזלינק
קיין ברייטאן
  1. זייט מיי 2019; פריער נאר איין באן א שעה


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קעמברידזש באן סטאנציע