לדלג לתוכן

7 (נומער)

פֿון װיקיפּעדיע
גאנצע צאל
דעצימאל 7
אין ווערטער זיבן
סדרדיקע צאל זיבטער, זיבטע
גימטריא ז'
פֿאַקטאָריזאַציע 7
רוימישע צאל VII
בינארישע צאל 111
העקס 7
אנטוויקלונג פון שרייבן דעם נומער

זיבן איז די נאטירלעכע צאל וואס קומט נאך זעקס און פאר אכט.

7 איז גימאטריע ז'

די צאָל 7 האָט אין תנ"ך און גמרא און אויך אין שפּעטערע ספרים אַ געוויסע באַדייטונג. אין חומש בראשית א' און ב' ווערט דערציילט, אַז גאָט האָט באַשאַפן די וועלט אין 6 טעג און גערוט אין דעם 7טן טאָג; דערפון איז געװאָרן דער רו־טאָג שבת (שמות כ') פּסח און סוכות האָבן 7 טעג יום־טוב (דער 8טער טאָג פון סוכות איז אַ באַזונדער יום־טוב „שמיני עצרת”); פון צומאָרגנס פון פּסח („ממחרת השבת”, לויט דעם פּירוש פון דער טראַדיציע) ווערט געציילט 7 װאָכן (7 מאָל 7 טעג) און עס איז דער יום־טוב שבועות (ויקרא כ"ג); די געהיימע צאָלן אין ספר דניאל י"ג זענען אלע אַרום 7 (שבעתים, שבעים ושבעה), אין די שפּעטערע ספרים איז אָנגעװיזן געװאָרן אויף די „7 פּלאַנעטן” (שבעה כוכבי לכת) װאָס זענען דעמאָלט געווען באַקאַנט; דער ילקוט שמות רע"ו זאָגט „כל השביעיים חביבים למעלה” (אַלע זיבנטלעך זענען ליב אין הימל); די מפרשים אויף תורה (אבן עזרא סדרה תזריע און אַנדערּע) ווייזן אָן, אז דאָס טמא זיין 7 טאָג האָט אויך אַ שייכות דערמיט.

א שמיטה איז זיבן יאר און א יובל זיבן שמיטות.


נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000   2,000    10,000    100,000    600,000    1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | 142857 | גוגאל (10100)