2023 ישראל-כאמאס קריג
די מדינת ישראל-כאַמאַס קריג איז אן אנגייענדער קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינע טעראריסטישע גרופעס (כאמאס, איסלאמישע דזשיהאד) געפירט דורך כאַמאַס.
די מלחמה האט זיך אָנגעהויבן מיט א קאארדאנירטע איבעראשנדע אינוואזיע פון טעראריסטן פונעם עזה פאס אנטקעגן ישראל בירגער און זעלנער אום שבת שמחת תורה (7טן אין אוקטובער 2023), גערופן אפעראציע אל-אקצא פארפלייצונג. די מדינת ישראל קאנטער-אפענסיווע ווערט גערופן אפעראציע אייזערנע שווערדן.
די אטאקע האט זיך אנגעהויבן אינעם פֿרימארגן וואס האט אריינגענומען א באראַזש פון אמווייניגסטנס 3,000 ראקעטן וואס זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה אנטקעגן מדינת ישראל; און אן אינוואזיע פון טעראריסטן טרעקלעך, גליידערס, און שיפלעך וואס האבן אריינגעדרונגען אין דער טעריטאריע. א געשאצטע 2,500 פאלעסטינער טעראריסטן האבן זיך אדורכגעבראכן די מדינת ישראל עזה באריקאדעס און האבן אנגעהויבן אטאקירן די דערנעבענדיגע ישובים, אויס'שחט'נדיג גאנצע פאמיליעס, טאטעס, מאמעס, און קליינע קינדער אין די בעטלעך; ווי אויך האבן זיי איבערגעפאלן און אטאקירט מיליטערישע איינריכטונגען הרגענדיג אמווייניגסטנס 1,400 אומשולדיגע ישראלים, אריינגערעכנט א מאסן-שחיטה אנהייב פונעם קאנפליקט ביי א מוזיק פעסטעוואל פאר שלום, ווי אמווייניגסטנס 260 אומשולדיגע ציווילע זענען דערמארדעט געווארן. ארום 200 - 250 אומבאוואפֿנטע ישראלים, סאלדאטן, אריינגערעכנט פרויען און קינדער זענען פארכאפט געווארן אלס משכונות קיין עזה.
אין רעאקציע האט די מדינת ישראל מיליטער אנגעהויבן מיט שווערע באמבארדירונגען אויף עזה. דער פרעמיער מיניסטער פון ישראל, בנימין נתניהו, האט אין א קורצער שטארקער רעדע דערקלערט א סטעיט אויף עמערדזשענסי און קריג, שווערענדיג פאר א "מעכטיגע נקמה" אנטקעגן טעראריזם, זאגנדיג אז כאמאס האט געמאכט א שרעקליכן גרייז מיט דעם שריט און זיי וועלן באצאלן דעם פרייז. עטליכע אָפּאָזיציע פּאַרטייען האָבן גערופן די פאָרמירונג פון אַ נאציאנאלע פאראייניגטע רעגירונג.
נאָכן ארבעטן אויף אויסרייניגן טעראריסטן פון אינפילטריטע געגנטן, און איינזאמלען איבער 300,000 רעזערוויסטן האלט די מדינת ישראל מיליטער אן מיט מעכטיגע לופט באמבארדירונגען אויף דעם געדיכט באפעלקערטן עזה סטריפּ צילנדיג אויף סטראטעגישע געביידעס און הונדערטער מיליטערישע צילן, מיט רעפּאָרטירענדע פאלן פון שיסן אויף ציווילע אינפראסטרוקטור (וואס לויט באריכטען און באווייזען פון די ארטיגע מיליטער זענען די "ציווילע אינפראסטרוקטור" גענוצט געווארן דוירך טעראריסטן פאר טעראריסטישע צוועקן), אריינגערעכנט באוואוינטע געביידעס, מאסקעס און שפיטעלער. צענדליגער טויזענטער סאלדאטן, טאנקען און טרעקלעך, שטייען אויסגעשטעלט ביים עזה גרעניץ גרייט פאר א שטארק-מעגליכע באלדיגע ערד-אינוואזיע.
לויט די כאמאס טעראר גרופע קאנטראלירטע געזונטהייט מיניסטעריום אין עזה זענען שוין אומגעקומען אמווייניגסטנס 30,000 פאלאסטינער פון שיסערייען און לופט באמבארדירונגען. די צה"ל האט באשטעטיגט אז זיי האבן עספיעט בס"ד צו דערהארגען איבער 1,550 טעראריסטן אין מדינת ישראל טעריטאריע.
די מלחמה האט קלאר געוויזען פאר דיי אלגעמיינע וועלט וואס און ווער איז דאס כאמאס און האט קלארגעשטעלט פאר מדינת ישראל אז מער קען מען נישט לאזן אזא מאנסטרישע גרופע עקזיסטירן ביים גבול מיט זיי.
די פאראייניגטע פעלקער האבן געמאלדן אז ארום 1.8 מיליאן פאלעסטינער, איבער האלב פון דער באפעלקערונג פון עזה, האבן פארלאזט זייערע הייזער זינט דעם אנהויב פון די קריג. די מורא פון אַ הומאַנעטעריאַטישע קריזיס איז פארשטערקערט געווארן נאך וואס מדינת ישראל האט אפגעשטעלט עסנוואַרג, וואַסער, עלעקטריק, און ברענשטאף סאפּלייען צו די שוין בלאַקירטע פּאַס (צוליב טענות אז כאמאס נעמט דאס צו פון די ציווילע און נוצט עס פאר טעראר צוועקן). די מדינת ישראל מיליטער האט געשיקט מעלדונגען פאר 1.1 מיליאן עזה איינוואוינער ווארענדיג שוין צו עקוועאירן פון צפון עזה. בשעת כאמאס רופט פאר די איינוואוינער צו פארבלייבן אין זייערע הייזער און האבן אפגעשפארט און בלאקירט די וועגן וואס פירן קיין דרום. די פאראייניגטע פעלקער און אסאך אנדערע -בעיקר איסלאמישע- לענדער האבן גערופן פאר א באלדיגע פייער-אפשטעל (אין דער צייט וואס אמעריקע און אנדערע מערב וועלט לענדער האבן קלאר געשטעלט אז א פייער אפשטעל וועט נאר בעניפיטירען כאמאס אז זיי זאלן קענען ווייטער אהנגיין מיט זייער טעראר אקטיוויטעטן און ח"ו נאכאמאל דורכפירן אזא טעראר אטאקע). מענטשן רעכטן גרופעס האבן גערופן אריינצונעמען פאלעסטינע ציווילע פליטים.
אסאך לענדער פון דער מערב וועלט און אירע אליאירטע האבן פארדאמט כאמאס פאר די געוואלדטאטן און שחיטות, און באשריבן די טאקטיקן וואס די ארגאניזאציע האט גענוצט אלס טעראר; בשעת עטליכע לענדער פון דער מוסולמענער וועלט האבן באשולדיגט די מדינת ישראל אקופאציע פון פאלעסטינער טעריטאריעס און די אפלייקענונג פון די פאלעסטינער זעלבסטשטענדיקייט אלס די שורש סיבה פון דער עסקלאציע (געוויסע באצייכענען די באשולדיגונג אלס קרבן באשולדיגונג), און אנדערע האבן פארלאנגט די-עסקאלאציע און א אויפהער צום קריג. מענטשנרעכט וואך האט פארדאמט סיי כאַמאַס'ס טעראר אטאקע און סיי ישראל'ס רעאקציע אלס מלחמה פארברעכנס. די פאראייניגטע שטאטן רעגירונג האָט געמאָלדן אז זי שטיצט מדינת ישראל מיטן גאנצן קראפט און זי פירט אריבער אן ערקראַפט טרעגער, קאמף גרופעס, און מיליטערישע עראפלאנען צו די מזרח ראיאן און מיטן צושטעלן פאר מדינת ישראל נאָך מיליטעריש געצייג און שיסוואַרג. א קאָנפליקט איז געמאלדן צווישן די כיזבאָלאַ טעראר גרופע און על-קודס בריגאַדעס טעראריסטן אין לבנון און ישראל זעלנער אויף 8 און 9 אקטאבער.
צוליב דער מלחמה איז דא א טענה פון א סכנה פון הונגער אין עזה פאס. אום 29סטן פעברואר 2024 מער ווי 100 פּאַלעסטינער זענען אומגעקומען און 700-800 פארוואונדעט געווארן בשעת'ן ווארטן אויף עסן ביי עזה סטאדט.