לדלג לתוכן

כאמאס טעראר אטאקע אויף ישראל 2023

פֿון װיקיפּעדיע


די כאמאס טעראר אטאקע אויף ישראל 2023, באקאנט אויך אלס שיבעה אין אקטאבער, וואָס האָט אָנגעהויבן שבת אין דער פֿרי דעם 7טן אָקטאָבער 2023, שמחת תורה ה'תשפ"ד איז געווען אַ בלוטיקע אַטאַקע געפֿירט דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע כאמאס און זייערע פּאַרטנערס פֿון דער עזה שטרייף אויף ישראל. דער פארפאל, וואָס איז אָנגעקומען אויף אַ שבת און יום טוב טאָג, איז געווען פּלאַנירט אַלס אַ גרויסע טבח פֿון ישראלישע בירגער. די אַטאַקע האָט געבראַכט די טויט פֿון איבער 1,200 בירגער און זיכערהייט קרעפטן, מער ווי 5,400 פֿאַרוואונדעטע, און געפירט צו דער ענטפֿירונג פֿון אַרום 250 צו עזה. די טעראָר אַטאַקע איז געווען די גרעסטע טבח פֿון יידן זינט חורבן אייראפע.