תורת משה (ישיבה)
מראה
תורת משה (ענגליש: Toras Moshe; אויך גערופן ToMo) איז אן אמעריקאניש־ליטווישע ישיבה אין סנהדריה מורחבת, ירושלים. די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין תשמ"ב פאר בחורים פון לענדער וואו זייער מוטערשפראך איז ענגליש. מער ווי 1000 תלמידים האבן געלערנט אין תורת משה ביז תשע"ד.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה מייזלמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין תשמ"ב אויפן נאמען פון זיין זיידן רבי משה סאלאווייטשיק, צוזאמען מיט רבי דניאל לערפעלד, היינט ראש ישיבה פון בית ישראל.
די הנהלה פון דער ישיבה איז:
- ראש ישיבה: רבי משה מייזלמאן
- משגיח: רבי אלחנן מאיר פישמאן
ר"מים:
- רבי מיכל שורקין (א תלמיד פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק)
- רבי יהודה אבראמאוויטש (א תלמיד פון רבי נחום פרצאוויטש)
- רבי זאב קליין
דער צווייטער ראש ישיבה, רבי משה טווערסקי איז אומגעקומען כ"ה מרחשון תשע"ה אין דער קהילת בני תורה שחיטה.
די בחורים קומען מערסטנס פון קאנאדע און די פאראייניגטע שטאטן. א טייל קומען פון ענגלאנד און דרום אפריקע.